אטוירני דשענעראל סעשאנס באטראכט צו נאמינירן נאך א ספעציעלע קאנסיל
דער אטוירני דשענעראל דזשעף סעשאנס קלערט צו נאמינירן נאך א ספעציעלע אויספארשער אין צוגאב צו ראבער מולער, מיט׳ן ציל צו פארשן און זיך אפגעבן מיט די פארשידענע זאכן וואס די רעפובליקאנער פארלאנגען אז עס זאל ווערן אויסגעפארשט, אריינגערעכנט אנגעבליכע קלינטאן קארופציע און איבער די פרישע טענות אז דשעימס קאומי האט געזוכט צו פארווישן די קלינטאן אימעיל אויספארשונג. און אזוי אויך איבער א געשיכטע פון אנגעבליכע טאפלטע אינטערעסן וואס קלינטאן האט געהאט אלס סעקערטערי אף סטעיט ווען זי האט באשטעטיגט א אוראניום פארקויף פאר רוסלאנד.

די רוף פאר א ספעציעל אויספארשער איבער אזויגערופענע ״דעמאקראטישע פארברעכנס״ קומט נאכדעם וואס דער ספעציעלער אויספארשער ראבערט מיולער רוקט זיך נענטער צו באשולדיגן פילע טראמפ קאמפיין באאמטע אין מיטארבייטן מיט רוסלאנד, און דעריבער האט פרעזידענט טראמפ אין די לעצטע וואכן נאכאנאנד געהאמערט אז מען טוט ״פארשווייגן״ אזוי גערופענע קלינטאן פארברעכנס אין די צייט וואס מען שטעלט זיין קאמפיין שטאב אויפ׳ן באשולדיגונגס באנק.

די אויפדעקונג קומט פון א בריוו וואס דער אטוירני דשענעראל האט געענטפער פאר א רעפובליקאנער קאנגרעסמאן וועלכער האט פארלאנגט פון אים אן ערקלערונג אויב די יוסטיץ דעפארטמענט קוקט אריין אין מעגליכע קארופציע קלאגעס קעגן הילערי קלינטאן, דער אטוירני דשענעראל טוט אנדייטן אז ער באטראכט אזא מעגליכקייט, וואס אויב וועט עס דורכגעפירט ווערן וועט עס גאנץ קלאר באטראכט ווערן אלס א קאנטער-פראבע קעגן די ספעציעלע אויספארשער מיולערס אויספארשונג.

בילד: אטוירני דשענעראל סעשאנס באטראכט צו נאמינירן נאך א ספעציעלע קאנסיל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל