די רעדאקציע פון די פרעסטידשפולע ניו יארק טיימס איז געקומען אונטער שטארקע קריטיק פאר׳ן ארויסלייגן אן ארטיקל אין וועלכע זיי טוען אראפמאלן דאס לעבן און לעבנסשטייגער פון א ווייסער נאציאנאליסט און נאצי-סימפאטיקער, די ציל פון די ארטיקל איז געווען צו צייגן אז די נעא-נאציס זענען געווענליך דורכשניטליכער אמעריקאנער וואס עס איז שווער זיי צו אידענטיפיצירן אלס נאציס און פון אויבנאויף זענען זיי אנשטענדיגע נארמאלע מענטשן.
אבער די ארטיקל איז געקומען אונטער שטארקע קריטיק, סיי פון ליינער וועלכע האבן אריינגעשיקט ברויזנדע בריוון, און סיי פון פארשידענע ארגאניזאציעס, זאגנדיג אז די ארטיקל טוט אייגנטליך סימפאטיזירן מיט זיין לעבנסגעשיכטע און צייגט פארשטענדעניש פאר זיינע גרויליגע אנשויאונגען און העסליכע וועלט אויסקוק. די ניו יארק טיימס האט היינט פארעפנטליכט אן אנטשולדיגונג און ערקלערט אז די ציל פון די ארטיקל איז געווען צו ״שיינען א ליכט אויף די טונקעלע זייט פון אמעריקע״ אבער פארשידענע אקטיוויסטן האבן רעאגירט אז דאס האט טאקע די ארטיקל פארפעלט צו טון, און האט נישט אויסגעברייטערט איבער וויאזוי ער איז ראדיקאליזירט געווארן דורך די אינטערנעט, נאר ליבערש געגעבן א סימפאטישע בליק אויף זיין לעבן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה