דער הויפט פון דיישטלאנדס שפינאזש אגענטורן האנס יארגעי מאסאן (Hans-Georg Maassen) האט ביי א ספעציעלע אינטערנאציאנאלע קאנפערענץ איבער סייבער סעקיוריטי געגעבן א גאר שארפע רעדע קעגן די גרויסע סאציאלע מידיע פירמעס וועלכע לויט אים ״באהאלטן זיך אונטער זייער לעגאלע שפיצלעך פון נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר זייער ראלע אין אונטערמינעווען דעמאקראטיע״ און געזאגט אז זייער געלט גייציגקייט טרייבט זיי צו לאזן מיס-אינפארמאציע און פארפירערישע אינהאלט פארשפרייט ווערן אויף זייערע פלאטפארמעס אומגעשטערט.

דיישטלאנד האט נישט לאנג צוריק איינגעפירט די שטרענגסטע געזעצן קעגן די סאציאלע נעצן און זיי וועלן באשטראפט ווערן מיט 50 מיליאן יורא אויב זיי טוען נישט באזייטיגן העסליכע רייד און ראסיזם, אבער דער שפיאנאזש הויפט האט פארלאנגט אז די זעלבע סטאנדארטן זאלן אויך זיין פאר די וועלכע פארשפרייטן אויסגעטראכטע געשיכטעס.

״א נארמאלע דעמאקראטישע געזעלשאפט קען נאר פונקציאנירן ווען די פאקטן זענען הארט און באשטעטיגט, אויב יעדער האט אייגענע פאקטן דאן איז דאס די ענדע פון דעמאקראטיע״ האט ער דערקלערט. ער האט געזאגט אז די סאציאלע נעצן האבן נישט קיין אינטערעס צו טוען עפעס דערוועגן ביז זיי וועלן געצווינגען ווערן דורך די רעגירונגען.

בילד: דייטשער שפיאנאזש הויפט: סאציאלע מידיע איז א געפאר פאר דעמאקראטיע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל