די אויטאריטעטן אין אינדאנעזיע האבן גענצליך אפגעשלאסן דעם לופטפעלד און אונטערגענומען ברייטע עוועקיואציע אפעראציעס אויף די באקאנטע רעזארט אינזל באלי נאכדעם וואס א מאסיווע וואלקאן בארג האט אויפגעריסן און טוט אויסשפייען רויעך און לאווע וואס באדראעט די ארטיגע באפעלקערונג, די אויטאריטעטן האבן צוערשט ארויסגעגעבן אן עוועקיואציע פארארדענונג אויף ארום 5 מייל ראדיוס ארום דעם בארג, אבער האבן עס שפעטער פארברייטערט צו 10 מייל צוליב דעם וואס די וואלקענא טוט זיך פארשטערקערן און באדראעט אויך ווייטערידיגע געגענטער.
די אויטאריטעטן זאגן אבער אז צווישן די 100,000 וועלכע וואוינען אין דעם ראיאן זענען נאך געבליבן ארום 40,000 וועלכע זענען געבליבן, און די אויטאריטעטן וועלכע מעגליך ארומגיין דארט און צווינגען די פארבליבענע צו זיך עוועקיואירן, וויבאלד די לאווא שיסט ארויף איבער 11,000 פיס און קען שטעלן ארומיגע פאסטוכער און דארפסלייט אין א ערנסטע געפאר. אזוי אויך טוט די רעגירונג אויסטיילן מאסקעס זיך צו באשיצן פון די לופט פארפעסטיגונג וואס די וואלקאן ברענגט מיט זיך.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה