רוסישע באמבאדיר פליגער האבן נעכטן אינדערפרי דורכגעפירט מאסיווע באמבאדרונגען אין די דיר-א-זאהר ראיאן אין סיריע, און לויט באריכטן זענען צענדליגע אומשודליגע ציווילע בירגער אומגעקומען אריינגערעכנט 21 קינדער. די ״סיריע צענטער פאר מענטשן רעכט״ וואס איז סטאנציאנירט אין לאנדאן זאגט אז זיי האבן א דעטאלירטע ליסטע פון 53 אומגעקומענע, און נאך 18 פארוואונדעטע. דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט ביי א סאמיט מיט באשר אל אסאד געמאלדן אז 98% פון סיריע איז שוין באפרייט. די דיר-א-זאהר ראיאן איז פון די לעצטע ראיאנען אין סיריע ווי אייסיס האט נאך א שטארקע אנוועזנהייט און עס קומען נאך פאר שלאכטן, עס ווערט געשאצט אז אייסיס האלט נאך ארום 9% פון די דיר-א-זאהר געגענט, אריינגערעכנט עטליכע אויל פעלדער.

בילד: צענדליגע אומגעקומען אין רוסישע באמבאדירונגען אין סיריע 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל