א גרונטליכע שטודיע דורכגעפירט דורך די ״יוניעף״ אגענטור אינערהאלב די פעלקער פאראיין דעקט אויף גאר שוידערליכע ציפערן איבער די שרעקליכע הונגער וואס פלאגט הונדערטער טויזנטער סיריער בירגער וועלכע זענען שוין יארן אונטער א בלאקאדע צוליב די אנגייענדע בירגער קריג, די ארגסטע סיטואציע איז אין די עוטאה ראיאן נעבן דמשק וואס איז אונטער די קאנטראל פון די רעבעלן און שטייט אויס א בלאקאדע פון די רעזשים פאר איבער 4 יאר און עס ווערט נישט צוגעלאזן עלעמענטארע שפייז געברויכן, דאס ברענגט דערצו אז די קינדער דארט אנטוויקלן שווערע קראנקהייטן צוליב א מאנגל אין וויטאמינען און לעבנסוויכטיגע באשטאנדטיילן. די שטוידיע צייגט אז ארום 11.6 פון די 200,000 קינדער אינעם ראיאן זענען אין לעבנס-געפאר. דאס איז אויסער די נאכאנאנדיגע באמבאדירונגען און כעמישע אטאקעס פון די אסאד רעזשים אינאיינעם מיט רוסלאנד אין וועלכע בלויז אין די לעצטע וואכן זענען איבער 150 ציווילע אומגעברענגט געווארן.

בילד: טויזנטער קינדער אין סיריע אין געפאר פון אויסגיין פאר הונגער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל