א קאמפיוטער פעלער אין די סיסטעמען פון אמעריקען עירליינס האט געברענגט דערצו אז די סיסטעם האט פאלש אויסגערעכנט די סקעדשועל פון די פילאטן און געשאנקן וואקאציע פאר הונדערטער פילאטן אין די פארנומענע סעזאן פון די נייע יאר למס׳. די גליטש טוט באדראען טויזנטער פליה רייזעס וועלכע וועלן מוזן אפגערופן ווער אויב זיי טרעפן נישט קיין לעזונג, אבער די פירמע האט געזאגט אז זיי ארבייטן העפטיג אין פארהאנדלונגען מיט די פילאטן אז זיי זאלן אויפגעבן זייער וואקאציע און אין אויסטויש וועט די עירליינס צאלן העכער געהעלטער פאר די פילאטן, און האבן צוגעלייגט אז בלויז עטליכע הונדערט פון ארום 200,000 פליה רייזעס אינעם קומענדיגן מאנאט זענען דערווייל אונטער פראגע צייכן.

בילד: קאמפיוטער גליטש באדראעט טויזנטער פליה רייזעס פון אמעריקען עירליינס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל