אין ליכט פון די לעצטערע אנטוויקלונגען אין וועלכע דאנעלד טראמפ האט מיטגעטיילט א ווידיא פון א גרופע וואס אלאמירט איבער די אזויגערופענע געפאר וואס מוסלעמענער אימיגראנטן שטעלן פאר אייראפע האט די ״פיו ריסוירטש״ פירמע ארויסגעשטעלט די רעזולטאטן פון א גרונטליכע שטודיע וועלכע זי האט דורכגעפירט וועלכע צייגט אז ביז׳ן יאר 2050 וועט אייראפע האבן א באפעלקערונג פון 50 מיליאן מוסלעמענער.

לויט די שטודיע וועלן די מוסלעמענער זיין ארום 7.9% פון אלע אייראפעישע איינוואוינער אויב די אימיגראציע פון פרישע אימיגראנטן וועט זיך גענצליך אפשטעלן, דאס איז באזירט אויף די געבורט ראטע פון מוסלעמענער געמיינדעס. און אויב וועט אימיגראציע ווייטער אנהאלטן - אפילו אויף א שטייטערע ראטע - וועט די צאל שטיין ביי ארום 59 מיליאן מוסלעמענער וועלכע וועלן זיין ארום 11.2% פון די אלגעמיינדע באפעלקערונג אין אייראפע. און אויב וועט עס אנהאלטן ביי די יעצטיגע ראטע וועט די צאל שטיין ביי 75 מיליאן מוסלעמענער און זיי וועלן זיין ארום 14% פון אלע איינוואוינער אין אייראפע.

די שטודיע נעמט אריין 30 אייראפעישע לענדער, די 28 לענדער אינעם פאראיין און אויך נארוועגן און שווייץ, און די העכסטע וואוקס וועט זיין איין דיישטלאנד און אין נארוועגן, ווי זיי ווערן געשאצט צו זיין ביז 2050 ביז ארום 20% פון די ארטיגע באפעלקערונג.

בילד: ביז 2050 וועלן וואוינען ארום 50 מיליאן מוסלעמענער אין אייראפע 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל