דעם שבת האט פוילן אפגעצייכנט 99 יאר פון זעלבסטשענדיגקייט, און די עקסטרעם רעכטע ארגאניזאציעס האבן פאררופן זייערע מיטגלידער פאר א מאסן דעמאנאסטראציע צו צייגן זייער מאכט. איבער צען טויזנט נאצינאנליסטן האבן מארשירט אין די גאסן פון ווארשע, שרייענדיג העסליכע לאזונגען און טראגנדיג שילדן מיט נאצינאליסטישע און פיינטליכע אויפשריפטן. זיי האבן געשריגן אזעלכע סלאגאנען ווי ״א ריינע פוילן, א ווייסע פוילן, א קאטוילישע פוילן״, און דערביי גערופן פאר די פארטרייבונג פון אלע נישט-פאלאקן פון פוילן. אזוי אויך האט מען געזען אין די פרעסע בילדער און ווידיאוס, פון פראטעסטירער וועלכע רופן פאר א ״איסלאמישע האלאקאוסט״. ווי עס שיינט, איז פאר די פוילישע נעא-נאציס נישט גענונג געווען איין האלאקאוסט.
דערווייל האט מען נישט געהערט קיין געהעריגע פארדאמונג פון די רעכט-געשטימטע פוילישע רעגירונג, א זאך וואס רופט ארויס זארג ביי פוילישע אידן.
דערווייל האט מען נישט געהערט קיין געהעריגע פארדאמונג פון די רעכט-געשטימטע פוילישע רעגירונג, א זאך וואס רופט ארויס זארג ביי פוילישע אידן.
ווידעא: כמעט זעקס שטונדע פון העסליכע אויסשרייען!
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה