פרעזידעט טראמפ האט זיך געטראפן מיט׳ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין ביי אן אינטערנאציאנאלע סאמיט דעם שבת אין וויעטנאם, און האט נאכ׳ן באזוך געזאגט פאר רעפארטער אויפ׳ן עיר פארס וואן אז ״יעדעס מאל וואס איך טרעף אים זאגט ער מיר אז רוסלאנד האט זיך נישט אריינגעמישט אין די אמעריקאנער וואלן און איך גלייב אים״ א זאך וואס האט געברענגט שטארקע אויפברויז אין די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן וועלכע זענען געקומען צו א אומצוויידייטיגע אויספיר אז די רוסישע רעגירונג האט געפירט א ברייט פארצווייגטע אפעראציע זיך צו אריינמישן אין די אמעריקאנער וואלן.
א טאג שפעטער האט טראמפ עטוואס צוריקגעדרייט זיינע ווערטער זאגנדיג ״איך גלייב אז פוטין גלויבט אז רוסלאנד האט זיך נישט אריינגעמישט״ אבער דאס ווערט אויך אפגעווארפן דורך שפיאנאזשע באאמטע וועלכע זאגן אז עס זענען פארהאן באווייזן אז דאס איז דירעקט פארארדנט געווארן דורך פוטין. טראמפ האט אין די לעצטע טעג ווידער צוריקגעווארפן די וועלכע קריטיקירן אים זאגנדיג אז ער וויל האבן נאנטע באציאונגען מיט רוסלאנד, און אז די מידיע טוט עס סאבאטיזשירן מיט זייערע אטאקעס קעגן אים און פוטין.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה