פרעזידענט טראמפ האט היינט אנאנסירט אז ער האט באשלאסן צו נאמינירן אלעקס אזאר צו ערזעצן דעם רעזיגנירטן טאם פרייס אלס סעקערטאר פאר ״געזונט און יומען סערוויסעס״ דעפארטמענט. אזאר איז א פראמינענטער קאנסערוואטיוון אדוואקאט מיט אסאך ערפארונג אין די געזונהייט און פארמאסי אינדוסטרי. ער איז געווען א הויכער באאמטער אין די געזונהייט דעפארטמענט אין די בוש אדמינסטראציע און געניסט פון ברייטע שטיצע אין די רעפובליקאנער פארטיי, און איז ערווארטעט צו לייכטערהייט באשטעטיגט ווערן אין סענאט. אזאר איז אן אויסגעשפראכענער קעגנער צו אבאמא-קעיר און איז ערווארטעט צו אנהלטן די ארבייט פון טאם פרייס צו ערזעצן דעם פראגראם.

בילד: אלעקס אזאר

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל