נאך צען חדשים וואס פארשטייער פון די טראמפ אדמינסטראציע האבן באזוכט מדינת ישראל און די פאלעסטינער און געהערט פון ביידע זייטן זייערע פארלאנגען און פראבלעמען האט די טראמפ אדמינסטראציע פארגעשריבן א פלאן וואס זי האלט קען ברענגען א לעזונג צו די לאנג-יעריגע קאנפליקט, באריכטן אין די ״ניו יארק טיימס״ געבן איבער פון קוועלער אין די אדמינסטראציע אז די פלאן נעמט א אנדערע צוגאנג פון די ביז יעצטיגע שלום פלענער, אבער איז באזירט אויף א צווי-שטאטן לעזונג. 

די באריכט געבט אויך איבער אז פרעזידענט טראמפ האט איינגעשפאנט פילע אראבישע לענדער זאלן שטיצן זיין פלאן, אריינגערעכנט סאודי אראביע וועלכע האט געגשטעלט אן אולטימאטום פאר׳ן פאלעסטינער פרעזידענט אבו-מאזן אז ער זאל איינשטימן אויפ׳ן פלאן אדער רעזיגנירן, אזוי אויך געניסט די פלאן פון די שטיצע פונעם עגיפטישן פרעזידענט אל-סיסי. עס איז אבער נאכנישט קלאר וואס איז די אינהאלט פונעם פלאן און אויב מדינת ישראל וועט מיטגיין דערמיט.

בילד: טראמפ אדמיניסטראציע גרייט זיך צו פארשלאגן לעזונג צווישן מדינת ישראל און פאלעסטינער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל