זימבאבווע – דער 93 יעריגער ראבערט מוגאבי, וועלכער האט אינמיטן וואך אפגעטרעטן פון זיין אמט אלס פירער אין זימבאבווע נאך 37 יאר זיצן אויפ'ן בענקל, האט באקומען א פארזיכערונג פון דעם מיליטער און פון זיין אפאזיציע, אז ער וועט זיין באשיצט אין לאנד און קיינער וועט מיט אים נישט טשעפען. עס ווערט באריכטעט, אז בשעת די מיליטערישע פירער האבן געלייגט דרוק אויף אים אפצוטרעטן, האט ער בלויז פארלאנגט אז מען זאל אים נישט שטעלן אויף קיין פראצעס פאר קיין שום שריט וואס ער האט געטאן אלס פירער אין לאנד, און אויך אז ער וויל נישט פארטריבן ווערן פון זימבאבווע, נאר ער וויל שטארבן אינעם לאנד וואס ער האט געהאלפן ווערן זעלבסטשטענדיג. די אויפדעקונג קומט אין דער זעלבער צייט וואס זימבאבווע וועט היינט פרייטאג איינשווערן זייער נייעם פירער עמערסאן מענאנגאגווא.

בילד: מוגאבי קריגט שוץ אין זימבאבווע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל