בוענאס איירעס – די שאנסן אז די 44 ארגענטינער זעלנער וועלכע געפינען זיך אויף דער פארשוואונדענער סובמארין זאלן האבן איבערגעלעבט, איז נעכטן געווארן שמעלער, נאכדעם וואס די ארגענטינער נעווי באאמטע האבן געמאלדן אז מען איז דערגאנגען אז א מאסיווער אויפרייס האט פאסירט ביים ארט וואו די סובמארין איז געזען געווארן דאס לעצטע מאל. דער אויפרייס איז אויפגעכאפט געווארן פאריגע וואך דורך א ספעציעלע גרופע וועלכע מאניטערט אויפרייסן איבער דער וועלט, און זיי האבן אויפגעכאפט אן אונטערוואסער אויפרייס ביים ארט וואו די סובמארין געפענט זיך מעגליך. אין דער זעלבער צייט האט מען נעכטן געהערט, אז דאס וואס דאס אמעריקאנער מיליטער האט אויפגעכאפט א מעגליך גרויסן אביעקט אונטער'ן וואסער, איז נישט די פארשוואונדענע סובמארין. טראץ די אלע נעגאטיווע אנטוויקלונגען, האט די ארגענטינער רעגירונג נעכטן געזאגט, אז זיי געבן נישט דערווייל אויף די זוכענישן.

בילד: אויפרייס אויף  ארגענטינער סובמארין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל