צאנא – די רעגירונג אין סאודי אראביע האט געמאלדן אז איר מיליטער וועט לויזער מאכן די בלאקאדע ארום טיילן פון תימן, מיט'ן ציל צו ערלויבן עסנווארג און אנדערע הומאניטערישע הילף אריינגעברענגט צו ווערן. דאס סאודיער מיליטער איז פארמישט אין אן אנגייענדיגער בלוטיגער בירגער קריג אין תימן, וואו די סאודיער קעמפן בעיקר קעגן די האוטי רעבעלן, וועלכע האבן די שטיצע פון סאודי אראביע'ס ארכי-שונא, איראן. וועלנדיג בלאקירן וואפנס און אנדערע מיליטערישע הילף פון אנקומען צו די האוטי רעבעלן, האבן די סאודיער בלאקירט עטליכע פּארטן לענגאויס תימן'ס בארטנס, אבער די יו-ען האט זיך באקלאגט אז די סאודיער בלאקאדעס שטערן זיי פון אריינברענגען וויכטיגע הילף פאר'ן געפלאגטן תימנ'ער פאלק. מען האט געהערט באריכטן אז דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן, האט זיך פארבינדן מיט דער סאודיער מלוכה און געלייגט דרוק זיי זאלן אויפלעזן טייל פון דער בלאקאדע, וואס דאס האט טאקע געברענגט אז זיי האבן אנגעהויבן אריינלאזן יו-ען שיפמענטס.
הוסף רשומת תגובה