וואשינגטאן – לויט ווי א פרישער באריכט דעקט אויף, האט פרעזידענט טראמפ דערציילט פאר רוסישע הויכראנגיקע באאמטע, איבער א געהיימער איזראעלישער שפיאנאזש מיסיע אין סיריע, פון וועלכער די מערב וועלט האט אויפגעדעקט אז די אייסיס טעראר גרופע פלאנירט צו נוצן לעפטאפ קאמפיוטערס, איינפלאנצן דערויף באמבעס און עס ארויפשמוגלען אויף פליגערס.

די רעדע איז פון א זיצונג וואס פרעזידענט טראמפ האט געהאט מיט'ן דעמאלטדיגן רוסישן אמבאסאדאר, סערגעי קיזליאק, און מיט'ן רוסישן אויסערן מיניסטער, סערגעי לעווראוו, אינעם אוועל אפיס, וואו די אמעריקאנער מידיא איז נישט אריינגעלאזט געווארן, נאר עטליכע רוסישע פאטאגראפירער, און די זיצונג איז געקומען געציילטע שטונדן נאכדעם וואס טראמפ האט געהאט געווארפן דזשעימס קאומי פון דער עף-בי-איי.

ווי "וועניטי פעיר" באריכטעט יעצט, האט טראמפ זיך אויפגעטאן פאר די רוסישע באאמטע אז אמעריקע'ס שפיאנאזש איז דאס בעסטע אין דער וועלט, און ער האט זיי דאן דערציילט איבער דעם וואס א גרופע איזראעלישע זעלנער האבן אינפילטרירט סיריע און אונטערגעשטעלט אונטערהער אפאראטן אויף אייסיס מיטגלידער, וואס אזוי איז מען געוואויר געווארן איבער'ן לעפטאפ געפאר.

טראמפ האט נישט דערציילט פאר די רוסן אז מדינת ישראל האט צוגעשטעלט די שפיאנאזש, ער האט נאר געזאגט אז דאס האט געטאן א נאענט אליאירט לאנד פאר אמעריקע, אבער ווי עקספערטן זאגן, וואלטן די רוסן גרינג געקענט צוזאמשטעלן אז דאס זענען געווען די איזראעליס, און אויב די רוסן האבן עס דערציילט פאר זייער פריינט אסאד, האט דאס געשטעלט די איזראעלישע זעלנער אין געפאר.

בילד: טראמפ האט דערציילט פאר רוסן איבער איזראעלישער מיסיע אין סיריע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל