די ארגינעלע געדאנק פון א "מיניווען" איז געווען ביי "פארד," אבער די קאמפאני האט געלאזט צוויי עקזעקיוטיווען  ארויסגיין צום באנקראטירטן קרייסלער און מיטנעמען דעם געדאנק.

קרייסלער איז דאן, אנהויב 80'ער יארן, געווען אין שווערן קריזיס, אויפ'ן שוועל פון באנקראט און ליקווידאציע. זומער 1983 איז די קאמפאני ארויסגעקומען מיט די ערשטע אפיציעלע "מיניווען," אונטער צוויי נעמען "פלימוט וואיעדזשער" און דאדזש קאראוואן," און האט פארקויפט איבער צוויי הונדערט טויזנט שטיק אין ערשטן יאר. דאס האט ארויסגעשלעפט די קאמפאני פון באנקראט און געטוישט די קאר היסטאריע ביז'ן היינטיגן טאג, ווען די מערסטע גענוצטע קארס אין היימישע געגנטער זענען מיני-ווענס.

קאסטומערס האבן באלד געגליכן די די מיניווענס צוליב די ברייטע לופטיגע פלאץ, זיצן הויך אויפ'ן ראוד, די זייט-גליטשיגע טיר און ריזיגע קארגא פלאץ. באלד דערנאך איז דזשי. עם. ארויס געקומען מיט די "שעווי עסטראו," פארד מיט די "עראוסטאר," טאיאטע מיט "ווען," אבער די ערשטע צען יאר האט קרייסלער פולקאם דאמינירט די מארקעט.

טאיאטע איז געווארן אביסל ערנסטער אויף מיניווענס, פארד איז ארויס מיט די "ווינדסטאר," אויך זענען ערשינען מיניווענס פון אלדסמאביל, פאנטיאק, האנדא, ניסען, מאזדא, מערקיורי און נאך. דאן איז קרייסלער געגאנגען א טריט פאראויס מיט די "קאראוואן" און "טאון ענד קאנטרי."

בילד: היסטאריע פון די מיניווען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל