אז מיר וועלן אנאליזירן וויאזוי סוקסעספולע דינערס און ביזנעס-עווענטס אפערירן, וועלן מיר זעהן אן אינטערעסאנטע טאקטיק, וואס קען גענוצט ווערן אויך אין ביזנעס-פראמאושען:

ס'זענען פארהאן מענטשן וואס ווילן איבערגעבן א מעסעדזש פאר'ן עולם בנוגע זייער מוסד \ ביזנעס-איידיע \ א.א.וו. אבער זיי ווייסן אז זייער נאמען און טעמע וועט נישט ברענגען קיין מענטשן צום מסיבה. וואס טוען זיי? ער לאדענט נאך 2 פראמינענטע בעלי דרשנים – וועלכע האבן א ספעציעלן כח אין דעם פעלד אדער ביי דעם עולם – זיי טרעטן אויף זייט-ביי-זייט מיט אים, און דאס איז די פשוט'ע סיבה פארוואס מ'זעהט מודעות אז ביים דינער/עווענט גייען אויפטרעטן די פאלגענדע דריי בעלי דרשנים: הרה"ג רבי אברהם מרדכי מלאך שליט"א; הרה"ג רבי בערל טויבער שליט"א, און הר"ר יוסף יוסלאוויטש שליט"א (פיקטיווער נאמען), און א גרויסער ציבור קומט טאקע, זיי הערן אלע 'דריי' דרשות פון די 3 גרויסע בעלי דרשנים.

דער טאקטיק רופט זיך BIRG - Basking in reflected glory, צו הייבן די אייגענע רעפוטאציע דורכ'ן זיך צושטעלן צו אנדערע סוקסעספולע אינעם זעלבן פעלד. דער רעזולטאט: 1) דער אומבאצאלטער רעדנער ווערט צוביסלעך געשטעלט אויף די זעלבע לעוול ווי די צוויי באקאנטע דרשנים 2) ער האט א געלעגנהייט אויסצושמועסן זיין טעמע פאר א גרויסער ציבור 3) מ'קען – בדרך כלל – באקומען טעלעפאן-נומערן/אימעיל אדרעסן פון באטייליגטע און האלטן מיט זיי קשר.

אין א שמועס מיט א קליענט האב איך אמאל פארגעשלאגן: פארבינד זיך מיט די 4 גרעסטע עקספערטן אין דיין אינדוסטריע, און פיר דורך מיט זיי אינטערוויו'ס איבער דיין אינדוסטריע. וואס וועט זיין די תוצאה? מענטשן וועלן געדענקען אז די "פינף" נעמען (אריינגערעכנט דיין אייגענע פירמע) זענען די גרעסטע אין דעם פעלד!

ס'האט געארבעט ב"ה.

בילד: וועלכער רעדנער איז באַצאָלט?


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל