די צייט פאר פריוואטע מענטשען צו פיילן איז פון אינמיטען יאנואר ביז אפריל 15. עס איז פארהאן פארשידענע סיבות פארוואס עס לוינט זיך צו האלטן צו דעם קאלענדער און פיילן אין צייט.

ווען איהר פיילט אין צייט, שפארט איר זיך שטראפן און אינטערעסט. אויב קומט אייך א ריפאנד באקומט איר עס שנעלער. די איי. אר. עס(IRS) האלט גערן אייער געלט אהן צאלן פראצענטן. (דאס איז אויך וויכטיג בנוגע וויפיל טעקס אריין צו צאלן במשך'ן יאהר. מער איבער דעם אין אן אנדערע געלעגענהייט.)

נאך א סיבה צו פיילן צייטליך, איז צו פארלויפן די וועג פון שווינדלער. עס איז פארהאן אן אנגייענדיגע שווערע פראבלעם מיט איי. די. גנבים (ID theft), וואס נוצען מענטשנ'ס פריוואטע אינפארמאציע ארויסצושווינדלען זייערע ריפאנדס. עס איז יענע קאפ-ווייטאג פאר שטייערצאלער צוריק צו זען זייער געלט, און די רעגירונג דערלייגט ביליאנען דאלארן יערליך אין פאלשע ריפאנדס. אויב אבער האט איר שוין געפיילט אייער טעקס ריטוירן, קען שוין א צווייטער נישט פיילן, ווייל עס ווערט גלייך צוריקגעוויזן.

אויב קענט איר נישט פיילן אין צייט, איז וויכטיג צו פיילן אן עקסטענשאן. דאס גיבט אייך נאך 6 חדשים. עס איז וויכטיג צו וויסן, אז אן עקסטענשאן העלפט אזויפיל נישט צו באקומען א פענאלטי (שטראף) פאר פיילן שפעט, אבער נישט פארן שפעטיגן מיטן צאלן טעקסעס. דערפאר אויב זענט איהר שפעט מיט פיילן מאכט זיכער לכל הפחות אריינצוצהלן טעקסעס מיט געשאצטע שטייער (estimated taxes).

בילד: ווען איז די צייט צו פיילען טעקסעס?

אינטרעסאנטע פאקט:
פון אלע אמעריקאנע סטעיטס, ליידט פלארידע די מערסטע פון טעקס ריפאנד שווינדלער. (מיר לאזען דאס איבער פאר אונזערע חשוב'ע ליינער צו דערגיין די סיבה פארוואס איז עס פונקט פלארידע...)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל