סיטי, סטעיט קענען זיך נישט אנזעטיגן פון בוי ארבייט; $45-$50 ביליאן פער יאהר, און 140-150 טויזענט דזשאבס

ניו יארק. די גערויש פון בוי ארבייט אין ניו יארק סיטי האלט אין א זעלטענע גאלדענע עפאכע קע"ה וואס איז ערווארטעט אנצוהאלטן די יעצטיגע יערליכע שטאפל פון 50-40 ביליאן דאלאר און -140 150 טויזנט דזשאבס, אין צוגאב צו די אינדוסטריע ווערד און דזשאבס איבער די גאנצע סטעיט.

א גרונטליכע באריכט אויף די סיטי קאנסטראקשען ' מארקעט שרייבט די טעג אז פאר'ן גאנצן יארגאנג 17 למספרם איז געשאצט א סך הכל ווערד פון $45.3 ביליאן, וואס איז טאקע אביסל ווייניגער ווי א יאר פריער, אבער איז עס פארט די צווייטע העכסטע ' רעקארד אין ניו יארק היסטאריע, און אויף 18 ' און 19 למספ' איז ערווארטעט אז דער ציפער זאל ווייטער איבערשטייגן די 50 ביליאן דאלאר שטאפל.

נו, אהערצושטעלן ארבייט אין ווערד פון פופציג טויזנט מאל מיליאן דאלאר, פעלט אויס אסאך גוטע ארבייטער.

לויט'ן פרישן באריכט איז די קאנסטראקשאן ארבייטס קראפט אין סיטי אנגעקומען אין 16 ' צו 140 טויזנט, און איז ערווארטעט צו וואקסן ביז קנאפע 150 .' אלפים אין 17 ', און נאך מער אין 18 די ציפערן זענען גאר גוט, אבער די טיפער איינצלהייטן זענען בעסער און פונקטליכער, ווי פאלגנד.

רעזידענשאל:

דער באריכט שאצט אז אין גאנץ 17 ' קומען צו נאך 26 טויזנט האוזינג יוניטס, וואס איז היבש ווייניגער ווי 16 ', אבער פארט א גרויסער ציפער פאר ניו יארק סיטי. די קומענדיגע צוויי יאר ווערט געשאצט בערך די זעלבע, פאר א סך הכל פון כמעט פופציג טויזנט נייע האוזינג יוניטס.

סך הכל עקאנאמישע ווערד אין רעזידענשאל בוי פראיעקטן אין די סיטי אויף 17 ', איז געשאצט אויף 11 ביליאן דאלאר, אראפ פון 16 ' - פאראלעל מיט די צאל יוניטס. דער ציפער רעכנט אריין שפאגל-נייע געביידעס און אויך רענאוואציע ארבייט. אויף די קומענדיגע צוויי יאר איז געשאצט בערך די זעלבע.

נישט-רעזידענשאל:

בוי פראיעקטן אויף אפיסעס, רעגירונג געביידעס, האטעלן, קאמערשאל געביידעס, אא"וו, איז געשאצט אויף 17 ' צו זיין ארום 17 ביליאן דאלאר, אראפ אביסל פון 16 ' אבער נישט צופיל. אויף 18 ' און 19 ' למספרם איז געשאצט אז דער ציפער וועט שטייגן נאך העכער.

רעגירונג פראיעקטן:

ווען עס קומט צו רעגירונג אינפסראסטרוקטור, ווי בריקן, ראודס, עפארדעבל האוזינג, און אנדערע אזעלכע וויכטיגע טראנספארטאציע און אנדערע פראיעקטן, איז 17 ' יא היבש העכער ווי 16 ', ארויף מיט 16 פראצענט, פון ארום 15 ביליאן צו ארום 17 ביליאן דאלאר.

אין דעם איז גערעכנט פראיעקטן דורך אלע שטאפלען רעגירונגען, פעדעראל, סטעיט און סיטי. די סיטי אליינס צאלט ארום האלב פון דעם. אויף 18 ' און 19 ' איז ערווארטעט אז אלע רעגירונג פראיעקטן אין די סיטי וועלן שטייגן.

עקאנאמישע אנאליז:

דער באריכט זאגט אז 16 ' איז ווארשיינליך געווען די בעסטע יאר אין ניו יארק סיטי קאנסטראקשאן זינט די 70 'ער יארן, כאטש פונקטליכע ציפערן גייען נישט צוריק פריער ווי 95 '. צו באגרייפן וואס אזא פראדוקטיווע מארקעט מיינט, זאגט דער באריכט אז אין יענע 12 מאנאטן האט מען אויפגעבויט אין די סיטי נאך א סך הכל פון 72 מיליאן סק. פוס אין נייע פלאץ.

און כאטש די ציפערן האבן זיך אביסל בארואיגט, איז די פיבערדיגע ראטע נאך אלץ אקטיוו. צווישן 16 ' און 18 ' איז געשאצט אז בלויז מאנהעטן וועט צובאקומען נאך 15 מיליאן סק. פוס בלויז אין נייע אפיס פלאץ, און נאך 2 מיליאן סק. פוס אין ברוקלין און קווינס. יא, אפיס פלאץ איז די גרעסטע וואוקס אין נישט-האוזינג פראיעקטן.

די צווייטע בעסטע וואוקס איז אין העלט קעיר, וואו בלויז אין 16 ' און 17 ' צוזאמען האט די סיטי געהאט שפיטאל קאנסטראקשאן און רענאוואציע פון איבער 6 ביליאן דאלאר.

אומקלארקייטן:

צוזאמען מיט די פאזיטיווע שאצונגען קומען אבער אויך פארשידענע פראגע צייכנס וואס קענען שטארק און דירעקט אפעקטירן סיי וועלכע בוי פראיעקטן אין ניו יארק סיטי און סטעיט,

  • פרעזידענט טראמפ'ס אינפראסטרוקטור פלענער.
  • צוקונפט פון די "אי. בי. 5" וויזע פראגראם.
  • אריינפלוס פון אויסלענדישע קעש אין ניו יארק.
  • פעדעראלע שטייער רעפארם און קרעדיטס.

נאך אנדערע פאקטארן קענען זיך אויסשפילן אויפ'ן האוזינג און ריעל עסטעיט מארקעט אין ניו יארק ראיאן וואס זענען אוממעגליך פאראויסצוזאגן.

אבער אין יעדן פאל, היינט צו טאגס איז האוזינג, ריעל עסטעיט און קאנסטראקשאן אין א "בום" בעסער ווי סיי ווען אין לאנגע יארן, בס"ד.

בילד: נ. י. קאנסטראקשאן "בום"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל