בילד: א אויספירליכע אינטערוויו מיט ר׳ קלמן יעגער

ערשטע אין די סיריע

מיר האבן פאריגע וואך געכאפט א שמועס מיט ר' קלמן יעגער, צו קענען בעסער פארשטעלן דעם קאנדידאט פאר אונזערע חשוב'ע לייענער, און די רעדע איז דא נישט בלויז פון די לייענער וואס זענען רעגיסטרירטע וויילער אין דעם 44'סטן דיסטריקט, נאר עס איז א פאקט אז ווען א חרדי'שער איד ווערט ערוויילט צו א פאליטישן אמט, ווערט ער אויטאמאטיש איינגעשפאנט אין דינסט פון חרדי'שע אידן איבעראל. דער כלל פון כל ישראל ערבים זה לזה, אז אלע אידן זענען אזוי ווי ווי איין הארץ, זעט זיך אויך אן גאר שטארק אין די פאליטישע וועלט, און אזוי דארף טאקע צו זיין. מ'קען זיך אפלערנען פון אנדערע ערוויילטע פאליטישאנס וועלכע פאראייניגן זיך אין פארשידענע "קאקוסעס", פאר אלעם איז דא א קאקוס, וואס מיינט אז זיי האלטן זיך צוזאם ביי א טעמע פון אינטערעסע פאר איינע פון די פאליטישאנס, ממילא דארף דאס זעלבע אויך זיין ביי אידישע פאליטישאנס, צוזאמענצוארבעטן און ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן פאר'ן וואוילזיין פון אלע אידישע קאמיוניטיס.

*

אויב קלמן יעגער ווערט ערשט איצט אזוי ברייט באקאנט ביי די וויילער פון דעם דיסטריקט, איז דאס אבער א נאמען וואס איז שוין צענדליגער יארן גוט באקאנט פאר עסקנים און קאמיוניטי פירער.

דער קאנדידאט איז איצט 44 יאר אלט, אבער ער האט גאר א רייכע קאריערע אין עסקנות, גייענדיג צוריק 25 יאר, ווען ער האט שוין ביי די 19 יאר געארבעט אלס א געהילף צו א סיטי קאונסילמאן. ער איז מער באקאנט געווארן אין די שטאט, איבערהויפט ביי אידישע עסקנים, אין די 6 יאר וואס ער האט געדינט אלס א געהילף צום בראנקס בארא פרעזידענט פערנאנדא פערער.

מיר האבן פריער דערמאנט ווי אזוי פערער איז געלאפן פאר מעיאר. די וואס געדענקען יענעם קאמפיין, געדענקען אויך דעם אקטיוון יונגען פערער אקטיוויסט קלמן יעגער. ער איז געווארן א ספעציעלער געהילף פאר פערער אין זיין בארא פרעזידענט אפיס, אבער אין לויף פון קאמפיין איז ער געווען דער אידישער פארבינדונג פערזאן צווישן דעם שפאנישן פערער און די אידישע קאמיוניטיס, און האט זייער גוט אויסגענומען ביי אלעמען. עס איז גענוג אנצואווייזן אז אין די צווייטע רונדע פון די פריימעריס, איז פערער אינדארסירט געווארן דורך די פאראייניגטע אידישע ארגאניזצאיעס פון וויליאמסבורג, איבער מארק גרין, וועלכער איז דאן געווען דער פאבליק אדוואקאט. דאס איז א באווייז אויף די אפענע טיר וואס אידישע עסקנים האבן געהאט ביי פערער, וואס א הויפט דאנק פאר דעם דארף צוגעשריבן ווערן צו יעגער.

אין לויף פון זיין קאריערע, האט קלמן יעגער געדינט אין פארשידענע פאזיציעס וואו ער האט געהאלפן פאר נויטבאדערפטיגטע, בכלל ובפרט. ער האט זיך אויך צוגעלערנט און איז געווארן אן אדוואקאט, וואו ער צייכנט זיך אויס אין די קאמפליצירטע קאמפיין פינאנץ געזעצן.

זיין קאמיוניטי אקטיוויזם זעט זיך שטארק אן אין קאמיוניטי באורד 14, וואו ער דינט שוין 17 יאר, פארטרעטענדיג און קעמפענדיג פאר יושר'דיגע חרדי'שע אינטערעסן אין דעם קאמיוניטי באורד, וואס דעקט רוב פון די פלעטבוש געגענט.

איצט לויפט ער פאר סיטי קאונסילמאן מיט גרויס ענטוזיאזם, מיט א סאך פלענער פאר'ן צוקונפט, ווי אזוי ער וועט קענען אויפטאן און פארבעסערן דאס לעבן פאר יעדן.

פראגע: וואס זעט איר אלס די הויפט פראבלעמען אין דעם דיסטריקט און ווי אזוי וועט איר דאס אדרעסירן?

ענטפער: פארקינג און "עפארדעבל האוזינג" (דירות פאר צוגענגליכע קאסטן). האוזינג האט שוין דערגרייכט ממש צו א קריזיס צושטאנד. די קאסטן האלטן אין איין שטייגן, און מענטשן פלאגן זיך בכלל צו דעקן זייערע לעבענס קאסטן, און מ'פארשטייט אליין אז דאס ערשטע דארף מען האבן א דאך איבער'ן קאפ, געהעריגע דירות פאר די משפחות וואס וואקסן בלעה"ר.

ריעל עסטעיט שטייערן איז אויך אן ערנסטער פראבלעם. עס איז נישט קיין יושר צו בעטן העכערע שטייערן אויף א קאנדאמיניום ווי אויף א געווענליכע דירה.

שטעלט אייך פאר, א קאנדאמיניום וואס האט בלויז 700 קוואדראט פיס, דארף צאלן העכערע שטייערן ווי א ריזיגע דירה פון 4,000 פיס! איז דאס יושר?

פ: דאס צו פארריכטן, איז דאך אבער א סטעיט געזעץ, וואס קען א סיטי קאונסילמאן אויפטאן ביי דעם?

ע: דער לאקאלער שטאטישער קאונסילמאן דארף טומלען איבער דעם, דארף פארלאנגען און צוזאמענארבעטן מיט די סטעיט געזעצגעבער צו קענען פארריכטן אזעלכע סארט עוולות. איך האלט אז מיט מיין לאנג-יעריגע ערפארונג פון דינען אינעם קאמיוניטי באורד 14, ווי אויך מיין אקטיוויזם שוין צענדליגער יארן, וואלט איך געקענט א סאך אויפטאן אויף דעם געביט, טאקע צוזאמענארבעטן מיט סטעיט לעגיסלאטארן.

איך וויל אבער ארויסברענגען נאך א וויכטיגן פונקט. מענטשן זענען אנגעוויזן אין פארשידענע רעגירונג בענעפיטן. עס טרעפט זיך צופיל מאל אז ווען דער איינקונפט שטייגט אביסל פאר א פאמיליע, דערגרייכט מען צו א העכערן שטאפל וואס דאס שאדט דערנאך פאר די בענעפיטן בארעכטיגונג. מ'וואלט געדארפט אויסארבעטן עפעס א וועג אז דאס זאל נישט אזוי זיין, אז מ'זאל פילייכט העכערן דעם בארעכטיגונג שטאפל.

פ: דער סטעיט אסעמבלימאן אין רוב פון אייער קאונסיל דיסטריקט איז דוב הייקינד, און איר לויפט איצט קעגן זיין זון. האלט איר אז דאס וועט אייך נישט שאטן, אויב איר געווינט די וואלן, ביים צוזאמענארבעטן מיט'ן אסעמבלימאן?

ע: נאך די וואלן דארף יעדער ערוויילטער באאמטער דינען צוגלייך אלע מענטשן אין זיין דיסטריקט, און עס איז פארשטענדליך אז אלע ערוויילטע באאמטע ארבעטן דערנאך צוזאמען פאר'ן וואוילזיין פון די קאמיוניטיס. איך זעה נישט קיין שום פראבלעם ביים ארבעטן מיט קיין שום סטעיט אסעמבלימאן אדער סטעיט סענאטאר אדער כאטש וועלכן אנדערן ערוויילטן פאליטישאן.

רעדענדיג פון העלפן מענטשן, איז וויכטיג אנצואווייזן אז ווען מ'באקלאגט זיך צו א קאונסילמאן, ווייסט נישט דער מענטש פון אזעלכע ביוראקראטישע "תירוצים" אז דאס איז נישט מיין יוריסדיקציע. א מענטש וואס איז פאר'צרה'ט זוכט הילף, און יעדער ערוויילטער פארטרעטער פון א קאמיוניטי, דארף העלפן ווי ווייט מעגליך פאר יעדן.

פ: איין גרויסער פראבלעם איז, דער אויסטערלישער שווערער פארקער אין בארא פארק. מ'קען ממש נישט פארן אויף א סאך גאסן צוליב דעם גרויסן פארקער, און פון פארקינג איז שוין אפגערעדט. וואס איז די עצה דערצו?

ע: אוודאי וויל מען אביסל גרינגער מאכן דאס לעבן, אבער פאקטיש קען מען נישט צושטעלן נאך פארקינג. מ'קען זיך פארשטעלן די אויפרעגונג אז מ'דארף אזוי לאנג ארומפארן צו טרעפן א פארקינג פלאץ. עס פארקלאפט פשוט דעם אפעטיט פון גיין איינקויפן, שוין אפגערעדט ווען מ'דארף פארן צו א שמחה.

איין פלאן וואס דארף ערנסט באטראכט ווערן איז, צו טוישן די 15'טע און 16'טע עוועניוס אז זיי זאלן זיין "וואן וועי" אזוי ווי מ'האט געטאן צענדליגע  יאר צוריק מיט די 13'טע און 14'טע עוועניוס. דער פארקער אויף 13 גייט בלויז אין די דרום ריכטונג, און 14 גייט בלויז קיין צפון. דאס זעלבע קען אויך גיין ווייטער, 15 אויף דרום, און 16 אויף צפון.

יא, עס איז דא טראפיק פראבלעמען אויך אויף 13 און 14, און ווען מ'איז פארהאנקערט אין טראפיק צוליב קארס וואס "דאבל פארקן", צומאל אפילו אויף ביידע זייטן פון די גאס, גלויבט מען נישט אז עס וואלט געקענט ערגער זיין ווען דער פארקער וואלט געגאנגען אין ביידע ריכטונגען, אבער עס וואלט פארלאנגט אן ערנסטע טראפיק שטודיע צו באטראכטן אן ענדערונג אויף 15'טע און 16'טע עוועניוס.

פ: אויב די שטאט ווייסט פון דעם פראבלעם, פארוואס איז נאכנישט געווען קיין טראפיק שטודיע ביז איצט?

ע: עס איז שווער צו גלויבן, אבער ווען מ'רעדט צו די שטאטישע טראפיק אינזשענירן, פרעגן זיי, ווער עס וועט דאס פינאנצירן?

אזא גרויסע שטודיע איז מער ווי סתם אראפלייגן א "קעסטל" נעבן א טראפיק ליכט און אראפקלעבן א דראטל אויף די ברייט פון די גאס וואס זאל אפציילן דעם טראפיק. מ'מוז צוערשט אויסרעכענען, האלטן חשבון אויף אלע טראפיק ליכט אויף די גאס, ווי לאנג עס איז גרין און ווי לאנג עס איז רויט, און נאך פארשידענע חשבונות וואס איז די עקספערטיז פון די טראפיק אינזשענירן, אבער ווען איך בין קאונסילמאן, קען איך שטרענגער פארלאנגען אז ווען מ'באשטעטיגט דעם שטאטישן בודזשעט פאר'ן נייעם יאר, זאל מען פארלאנגען פון די טראנספארטאציע דעפארטמענט דורכצופירן אזעלכע נויטיגע שטודיעס.

א קאונסילמאן קען פארפירן, "מאכן א גערודער" צו ערלעדיגן זאכן, און דאס זעלבע איז אויך ביים ארבעטן מיט אנדערע באאמטע דורכצופירן זאכן פאר'ן וואוילזיין פון די קאמיוניטי.

פ: וואס טוט זיך מיט די אלטערנעט סייד פארקינג אנשיקעניש? פארוואס דארף מען פארבאטן צו פארקן אויף איין זייט פון די גאס אנדערטהאלבן שעה, אפילו נאכדעם ווי דער סאניטעישאן טראק וואס רייניגט די גאס איז שוין דארט דורכגעפארן?

ע: דאס איז טאקע איינע פון די זאכן וואס איך וויל ערלעדיגן, אז נאכדעם ווי מ'האט שוין גערייניגט די גאס, זאל מען מעגן פארקן. אין די היינטיגע עפאכע פון "דזשי. פי. עס." איבערהויפט ווען מ'האט שוין "סמארטפאונס", קענען די פאליציי און די סאניטעישאן פאליציי זען אויף זייערע מאשינען ווען זיי קומען אן צו א גאס, אויב דער טראק איז שוין דארט פארבייגעפארן, ווייסן זיי אז מ'מעג שוין דארט פארקן.

אזא ענדערונג שטייט אבער אויס א קעגנערשאפט פון פארשידענע מאכטפולע אינטערעסן.

די יוטיליטי פירמעס זענען יא צופרידן אז מ'לאזט נישט פארקן אויף די גאסן א לענגערע צייט, ווייל דאס ערמעגליכט פאר זיי צו "כאפן" עטליכע פלעצער פאר זייערע טראקס ווען זיי דארפן גראבן אויף א גאס.

אויך איז נישט קיין סוד, אז די שטאט פארדינט גאנץ שיין אויף די פארקינג טיקעטס, ממילא, אפילו אויב קיינער וועט עס נישט מודה זיין, איז נישט אין די אינטערעסן פון די שטאט צו מינימיזירן דעם טיקעט איינקונפט פון אומלעגאלע געפארקטע גאס צוליב די גאסן רייניגונג.

אלס קאונסילמאן, וויל איך דאס אבער אדרעסירן און פארריכטן.

ערשטע אין די סיריע

צווייטער טייל פון די אינטערוויו וועט נאכפאלגן אין די מארגנדיגע אויסגאבע


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל