רעקארד 14 מיליאן סקווער פיס קאמערשאל אין די פייפליין פון בערגען-האדסאן קאונטיס, אבער נאכאלץ נישט גענוג.
ניו דזשערסי האט די מערסטע אינדוסטריעל פלאץ פער קאפיטע פון אלע סטעיטס אין לאנד, ספעציעל ארום די "איי. 9" ראיאן, אבער וואס טוט זיך אפ אין צפון ניו דזשערסי איז נאך אלץ די הויפט געשיכטע אין ריעל עסטעיט קארידארן, ספעציעל אין די צוויי קאונטיס וואס גרעניצן זיך מיט אפסטעיט ניו יארק אין צפון, לענגאויס די האדסאן ביז אריבער מאנהעטן קיין דרום - דאס זענען בערגען און האדסאן קאונטיס.
לויט א פרישע באריכט פון "ניומארק נייט פרענק" אויפ'ן צווייטן קווארטאל 17 ' למספרם אין דעם ראיאן, איז די קאמערשאל אינווענטארי פון די צוויי קאונטיס אן 630 מיליאן סק. פוס, אבער דאס איז נאך אלץ נישט גענוג - און יעצט דא א "פייפליין" פון נאך פערצן מיליאן סק. פוס אונטער קאנסטראקשען, אבער דאס איז נאך ווייטער נישט גענוג ווייל די געברויך וואקסט שנעלער ווי די סופליי ווערט צוגעשטעלט.
די געברויך פאר אינדוסטריעל ספעיס אין צפון ניו דזשערסי קומט זייענדיג נאנט צו ניו יארק סיטי און די טראנספארטאציע ליניעס וואס לויפן אדורך אין דעם ראיאן דורך שיף, באן און טרעילאר פראכט, און, פארשטייט זיך, די נאנטקייט צו ניו יארק סיטי אלס די פינאנציעלע הויפטשטאט פון אמעריקע און די וועלט.
לויט עקספערטן שפילט אויך א ראלע אז די געגנט איז טאקע נאנט צו מאנהעטן, אבער נישט צו נאנט - נאר איז אויך נאנט צו ווייניגער רעשיגע געגנטער אין צפון ניו דזשערסי, און ראקלענד און אראנדזש קאונטיס אין ניו יארק, די אפסטעיט געגנטער וואס איז גענוג נאנט צו די אינדוסטריעל ראיאן פון צפון ניו דזשערסי אז אויסער די ארבייט שטונדען קען מען געניסן פון א בא'טעמ'טע שטילע רואיגע "סובארבען" אטמאספערע, מעגליך אפילו א פריוואטע הויז אין נאנטן אפסטעיט וואו מ'קען זיך ערלויבן די פרייזן.
וואקסנדע רענט פרייזן
אזוי ארום האט זיך געשאפן אזא מאנגעל אין קאמערשאל פלאץ אין די געגנט, אז רענט אין די צוויי קאונטיס איז א יאר צוריק געווען $6.59 א חודש פער סק. פוס, א האלב יאר צוריק איז עס שוין געווען ביי העכער זיבן דאלאר, און יעצט האלט עס ביי $7.72 א סק. פוס פער חודש.צענט אין סעפטעמבער, און די ספעציפישע קלאס פון טראנספארטאציע פראיעקטן איז געשטיגן מיט מער ווי דאפלט ווי אוגוסט.
ברייטע רעגירונג מוציא'ס
איינס פון די הויפט זאכן וואס ציען גרויסע ביזנעסער צו קומען קיין בערגען-האדסאן, איז די סובסידיעס און שטייער הנחות וואס די סטעיט און לאקאלע רעגירונגען קענען באשטיין צו געבן.
ביי איין לעצטיגע קאנפערענץ צו מוטיגן ביזנעסער אין דזשערסי סיטי געגנט, האבן באאמטע באטאנט אז זיי געבן בעסערע טערמינען ווי דאס וואס קאמפאניס קענען טרעפן אין ברוקלין, לאנג איילאנד סיטי, אפילו פילאדעלפיע. אבער דער זעלבער פרא-דזשערסי קאמפיין בודזשעוועט אין די גאנצע סטעיט.
איין סינטעטישע לעדער קאמפאני איז אריבער פון "ברוקלין ארמי טערמינאל" צום "אן 3- " קעמפוס אין נאטלי, ניו דזשערסי, נאך א סטעיט געשאנק פון $32 מיליאן אין שטייער הנחות. [דער קעמפוס איז טייל פון די -116 עיקער שטח וואס "ראוש" מעדיצין פירמע האט איבערגעלאזט 4 יאר צוריק. א פריוואטע פירמע האט עס אפגעקויפט א יאר צוריק און הייבט אן עס צו פארנוצן גאנץ ערפאלגרייך.]
"דזשעט" האט באקומען $25 מיליאן צו וואקסן מיט 40 טויזנט סק. פוס אין האובאוקען. זינט יאנואר זענען שוין געווען נאך פילע קאמפאניס וואס האבן באקומען אזעלכע הנחות און זיך אריבערגעצויגן אין די געגנט.
פאראמוס און אראפציר
אין פאראמוס, ניו דזשערסי, א גאר וויכטיגע צענטער פון קאמערשאל און אינדוסטריעל ריעל עסטעיט - זייענדיג, ווי פריער געשמועסט, פונקט נאנט צו די סיטי אבער אויך גענוג ווייט... - האט "מעק-קעלי" אינוועסטמענט פאנד פארקויפט (ליין: איינגעקעשט) כמעט האלב פון די פאנד'ס 2.2 מיליאן סק. פוס אין די געגנט. איבער 800 טויזנט איז געווארן אפגעקויפט דורך צוויי פריוואטע פירמעס, וואס מארקעטן עס גוט, און בלויז זייער "נעט עבסארבשען" פון איבער 100 טויזנט סק. פוס די לעצטיגע מאנאטן האט אונטערגעהויבן די פאזיטיווע האריזאנטן פון די גאנצע אומגעגנטן.
ביזנעסער גייען אויך אביסל מער דרום, ווי אין לינדען, ניו דזשערסי, וואס איז שוין אביסל מער מערב-דרום פון ניו יארק סיטי, אבער דארטן זענען רענט פרייזן נאך ביליגער. די פארמאסי ריז "דוועין רעיד" האט זיך לעצטנס אריבערגעצויגן פון מאספעט, קווינס, קיין לינדען, איבערלאזנדיג א ריזיגע דיסטריביושאן צענטער פון כמעט א האלבע מיליאן סק. פוס וואס איז יעצט - ממש די וואך, ענדע אקטאבער - געווארן אפגעדינגען דורך "יו. פי. עס." (צוזאמען מיט נאך 2.2 מיליאן סק. פוס אין רעד-הוק, ברוקלין).
קוואל פאר היימישע ביזנעס
די בליענדע מארקעט אין צפון ניו דזשערסי איז ספעציפיש באקאנט אלס בליענדער קוואל פון היימישע ביזנעס - אויף ביידע זייטן פונעם טיש, סיי אלס אייגענטומער און לענדלארדס, און סיי אלס טענענטס. כה יתן ד' וכה יוסיף.

הוסף רשומת תגובה