לאנדאן – א בריוו וואס דער בריטישער פרינץ טשארלס, וועלכער איז דער ערשטער אין דער רייע איבערצונעמען די קעניגרייך פון קעניגין עליזאבעט, האט געשריבן אין יאר 986', איז אצינד פארעפנטליכט געווארן, און עס האט אנגעדרייט א גרויסע סענזאציע. דעם בריוו האט פרינץ טשארלס געשריבן זייענדיג 38 יאר אלט, און ער שרייבט אז ער האט זיך נארוואס צוריקגעקערט פון א באזוך אין סאודי אראביע, וואו ער האט געהערט ערקלערונגען פון פארשידענע אראבישע פיגורן, אז די אידן און אראבער שטאמען פון איין פאלק, און אז אידן און אראבער האבן לאנגע יארן געוואוינט אין ארץ ישראל פרידליך, נאר "ס'איז דער אריינפלוס פון אייראפעאישע אידן (ספעציעל פון פוילן, זאגן זיי) וואס האט אנגעברענגט די גרויסע פראבלעמען". שפעטער שרייבט טשארלס, וואונדערנדיג זיך צו זיך אליינס, אז "עס מוז זיכער זיין עפעס אן אמעריקאנער פרעזידענט וואס זאל האבן די קוראזש זיך ארויסצושטעלן קעגן די אידישע לאבי".

פרא-ציוניסטישע גרופעס האבן נעכטן פארדאמט דעם בריוו און פרינץ טשארלס, זאגנדיג אז ער שרייבט דארטן אנטיסעמיטיזם, אבער אז מ'וויל זיין אויפריכטיג און קוקן אויף די פאקטישע היסטארישע געשעענישן, ווייסן שלומי אמוני ישראל אז דער פרינץ איז, ליידער, געווען ביטער גערעכט.

בילד: סענזאציע איבער "אידן" בריוו פון פרינץ טשארלס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל