פיליפינען – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, האט נעכטן געזאגט אז ער איז גרייט אנצופירן מיט געשפרעכן צו לעזן דעם קריזיס ארום דעם דרום כינע ים. שוין עטליכע יאר וואס ס'הערשט א שטארקע אנגעצויגנקייט אינעם אזיער ראיאן, איבער א סעריע קליינע אינזלען אינעם דרום כינע ים, וואס אריגינעל זענען די אינזלען אינטערנאציאנאלע טעריטאריע און באלאנגען נישט פאר קיינעם. כינע האט מיט א פאר יאר צוריק אנגעהויבן פארשידענע אקטיוויטעטן אויף עטליכע פון די אינזלען און דערקלערט אז זיי באלאנגען פאר זיי, וואס האט באלד געברענגט שארפע רעאקציעס פון יאפאן, פיליפינען, וויעטנאם און אנדערע לענדער, וואס שרייען אלע אז די אינזלען זענען זייערס. די זארג פון די אנדערע לענדער איז, אז כינע וועט אוועקשטעלן מיסילס און אנדערע מיליטערישע איינריכטונגען אויף די אינזלען, און די זארג ביי אמעריקע איז, אז א געפעכט אינעם דרום כינע ים, וועט שטערן די פרייע נעוויגאציע פון אינטערנאציאנאלע האנדלס שיפן אין די וואסערן. טראמפ האט זונטאג געזאגט פאר'ן וויעטנאמעזער פרעזידענט, אז ער איז א גוטער געשפרעכן-פירער און איז גרייט צו ברענגען א לעזונג.

בילד: טראמפ וויל דרום-כינע ים געשפרעכן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל