ניו יארק סיטי – א אידישע פאמיליע אין לאנג איילענד איז שאקירט געווארן, ווען זיי האבן געדרייווט אויפ'ן ראוד אין דער פארמינגדעיל געגנט, און געזען א קאר מיט א "באמפער סטיקער" אויף וועלכן ס'איז געשטאנען אז דער דרייווער פונעם קאר איז א שטאלצער אנטיסעמיט. די פאמיליע האט אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן געזאגט אין א סטעיטמענט אז זיי פארשטייען אז אזא באמפער סטיקער איז א שאנדפולע זאך, אבער ס'איז נישט געווען קיין דירעקטע אטאקע אדער איבערפאל, און אין אמעריקע איז דא די פרייהייט זיך אויסצודרוקן און שרייבן וואס מען וויל, און דעריבער קענען די פאליציי נישט נעמען קיין שריט קעגן יענעם.

די געשיכטע מיט'ן אנטיסעמיטישן באמפער סטיקער קומט אין א צייט וואס מען הערט מער און מער אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין לאנג איילענד, וואו דער דיסטריקט אטוירני מעדעלין סינגאס האט אנגעהויבן א פראיעקט וואו מען נוצט אידישע מלחמה איבערלעבער צו רעדן צו פארדעכטיגטע אין אנטיסעמיטישע אטאקעס, און זיי ערקלערן די היסטאריע פונעם האלאקאוסט.

בילד: א "שטאלצער אנטיסעמיט" אין לאנג איילענד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל