ניו יארק – פובליק אדוואקאט לעטישע דזשעימס האט געעפנט איר אייגענע אויספארשונג אויף דער שטאטישער האוזינג אגענטור פאר'ן נישט דורכפירן די פארלאנגטע בליי-קאלך אינספעקשאנס פון אירע עלטערע אפארטמענטס. די פרישע אויספארשונג איז שוין די דריטע אויספארשונג וואס איז אונטערגענומען געווארן אויף דער אגענטור אין פארבינדונג מיט דעם סקאנדאל וואס איז באקאנט געווארן. ווי שוין באריכטעט, האט די שטאטישע אויספארשונגס אגענטור מיט צוויי וואכן צוריק אויפגעדעקט אז די האוזינג אגענטור האט פאר עטליכע יארן געפעלשט דאקומענטן, וואס האבן געלויטעט אז זיי האבן יא דורכגעפירט די אינספעקשאנס. דער הויפט פראקוראר אין מאנהעטן האט איבער די פארגאנגענע צוויי יאר שוין אריינגעקוקט צי די האוזינג אגענטור האט פארפירט די פעדעראלע רעגירונג איבער וואס זי האט אלץ געטאן צו אירע 178 טויזנט אפארטמענטס.

בילד: פרישס ארום דעם בליי-אינספעקשאנס סקאנדאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל