וואשינגטאן – א פענטאגאן אויספארשונג האט געוויזן אז דער פראבלעם וואס איז אנטדעקט געווארן ביי די עף. 35 קאמפס עראפלאנען, איז א רעזולטאט פון א פעלערדיגער טייל וואס איז אינסטאלירט געווארן אין די מאטארן. דער פענטאגאן האט מיט 4 יאר צוריק געשטראנדעט אלע 25 עף. 35 בי. דזשעטס, נאכדעם וואס א טייל פונעם מאטאר ביי איינע פון די עראפלאנען איז קאליע געגאנגען, ווען דער עראפלאן האט זיך געהויבן אפצופליען אויף א טרענירונג מיסיע ביים עגלין עיר פארס באזע אין פלארידע. דער טייל קאנטראלירט די לייסטלעך וואס קירעווען דעם עקזאוסט פונעם מאטאר. דער פראבלעם בארירט נאר די מארינען ווערסיע פונעם עראפלאן, נישט די נעווי און עיר פארס ווערסיעס פונעם עראפלאן וועלכע נוצן נישט דעם פעלערדיגן טייל. דער עף. 35 קאמפס עראפלאן פראגראם האט שוין געפארטיגט איבער א דריטל פון די נויטיגע פראבע פלי רייזעס. דער פענטאגאן פלאנירט עווענטועל צו קויפן 2,433 פון די עראפלאנען אין די קומענדיגע צען יאר.
הוסף רשומת תגובה