ניו יארק – די אינטערנעט וואלוטע "ביטקוין" איז אויף אן ערנסטע ראולערקאוסטער, וואס נאכדעם וואס ס'איז געשטיגן צו דעם אסטראנאמישן ווערד פון עלף טויזנט דאלאר ווערד פער ביטקוין, האט עס נעכטן ווילד געטראסקעט מיט גאנצע אכצן פראצענט. עקספערטן זאגן אז דאס צייגט אז ביטקוין איז נישט מער ווי א פינאנציעלער "באבל" וועלכע גייט אט פלאצן – אבער פון דער אנדערער זייט זאגן אנדערע, א שטייגער ווי דזשאן מעקעפי, דער גרויסער טעכנאלאגיע ביזנעסמאן, אז ביטקוין גייט נאר שטייגן מער און מער, און מעקעפי זאגט אז אין יאר 020' וועט איין ביטקוין זיין אזויפיל ווי איין מיליאן דאלער ווערד. די נייעס איבער ביטקוין קומט אין דער זעלבער צייט וואס די פעדעראלע רעזערוו האט געזאגט אז זי באטראכט די מעגליכקייט פון אוועקשטעלן איר אייגענע סארט אינטערנעט וואלוטע, וואס וועט מאכן גרינגער דאס טראנספערן גרויסע סומעס געלט, אבער די דעטאלן וויאזוי דאס וועט ארבעטן איז נאכנישט קלאר.

בילד: ביטקוין איז אויף א ראולערקאוסטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל