ווירדזשיניע – א פרוי וועלכע איז אויפגעכאפט געווארן אויף סורוועילענס קאמערעס נאכ'ן זיך איינברעכן אין אן ארטאדאקסישן שוהל אין נארפאלק, ווירדזשיניע, האט זיך נעכטן אונטערגעגעבן פאר די אויטאריטעטן. דער אינצידענט האט פאסירט מיט איבער א וואך צוריק, ווען די פרוי מארגען ראדזשערס (Morghan Rogers) און נאך עמיצער, האבן זיך אריינגעבראכן אין דער "קהל בני ישראל" שוהל, אבער זיי האבן ניטאמאל געדארפט אויפברעכן די טיר, ווייל עס איז געווען ברייט אפן. סורוועילענס קאמערעס פון אינעווייניג אין שוהל צייגן, וויאזוי ראדזשערס און דער צווייטער האבן זיך געדרייט אינעם שוהל פאר מער ווי צוויי שעה, וואנדאליזירנדיג עטליכע ווענט און אנדערע איינריכטונגען פונעם שוהל, אריינגערעכנט דאס אראפווארפן ליידיגע פלעשלעך אלקאהאל און פארלאשענע ציגארעטלעך. ראדזשערס האט זיך אונטערגעגעבן פאר די פאליציי, און זי איז אנגעקלאגט געווארן נעכטן מיט צוויי קלאגעס פאר גניבה און פארלעצן פריוואטע פראפערטי.
הוסף רשומת תגובה