בערלין — א דייטשישער בירגער, וועלכער באלאנגט צו דער ראסיסטישער אנטי-אימיגראנטן "עי-עף-די" פארטיי, האט זיך אויסגעלערנט אויף א שווערן פארנעם, אז מ'דארף זיך היטן וואס מ'רעדט. ביארן האועק, וועלכער וואוינט אין א קליין שטעטל אין דער דייטשישער שטאט טארינגיע, האט געגעבן אן אינטערוויו מיט עטליכע טעג צוריק, אין וועלכע ער האט אראפגעריסן דעם מאסיוון האלאקאוסט געדענקמאל וועלכע געפינט זיך אין צענטער פון דער הויפטשטאט בערלין, זאגנדיג אז נאר אין דייטשלאנד איז מען אזוי צעדרייט, אז מען פלאנצט איין א מאנומענט פון בושה אינעם הויפטשטאט, און האועק האט צוגעלייגט אז עס איז צייט אוועקצושטעלן א מאנומענט פאר די דייטשע ליידן ביי דער קריג. אין רעאקציע האבן א גרופע אקטיוויסטן זיך אראפגעלאזט פארנט פון האועק'ס היים און האבן באקומען ערלויבעניש פון דער לאקאלער מוניציפאלער רעגירונג, אוועקצושטעלן א נאכגעמאכטע אויסשטעלונג פונעם בערלין האלאקאוסט מוזעאום אין קליין. זיי האבן ערלויבעניש עס דארטן צו לאזן ביז ענדע יאר 2019.

בילד: דייטשער אנטיסעמיט ליידט פון זיינע ווערטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל