סעאל – די יו-ען פירערשאפט האט ארויסגעגעבן א שארפע באשולדיגונג קעגן דעם רעזשים פון צפון קארעא, זאגנדיג אז אירע זעלנער האבן פארלעצט דעם שטילשטאנד אפמאך וועלכע הערשט צווישן צפון און דרום קארעא. די יו-ען האט פובליצירט א רעקארדירטע ווידעא פונעם אינצידענט וואס האט פאסירט מיט א וואך צוריק, ווען א צפון קארעא זעלנער האט דעפעקטירט פון צפון צו דרום קארעא, און אין דער ווידעא זעט מען וויאזוי עטליכע צפון קארעא זעלנער שיסן אין ריכטונג פונעם דעפעקטירער, טראץ וואס יענער געפינט זיך שוין אין דרום קארעא טעריטאריע, און אויך טוען עטליכע צפון קארעא זעלנער פיזיש אריבערקרייזן די אפיציעלע גרעניץ ליניע, וואס דערמיט האבן זיי פארלעצט די טערמינען פונעם שטילשטאנד אפמאך פון די 1950'ער יארן, וואס דאן איז באשלאסן געווארן אז די זעלנער פון ביידע לענדער וועלן זיך האלטן צו זייערע גרעניצן.
הוסף רשומת תגובה