פאקיסטאן – א געריכט אין פאקיסטאן האט נעכטן געאורטיילט אז דער טעראריסט וועלכער האט זיך געפונען די לעצטע צען מאנאטן אונטער הויז ארעסט, אויף באשולדיגונגען אז ער איז געווען דער מייסטער-קאפ אונטער די ברוטאלע מומביי טעראר אטאקעס אין יאר 08', קען ווערן גענצליך פרייגעלאזט. די רעדע איז פון האפיז סאאיד אכמעד, וועלכער האט לאנגע יארן נאך די מומביי אטאקעס געלעבט פראנק און פריי אין פאקיסטאן, ברענגענדיג גרויס אויפברויז ביי אינדיע און ביי דער איבריגער מערב וועלט. אין יאנואר היי יאר האט אים די פאקיסטאנער רעגירונג פלוצלינג געשטעלט אונטער הויז ארעסט, וואס איז שטארק באגריסט געווארן, אבער נעכטן האט א ריכטער געאורטיילט אז עס זענען נישטא גענוג באווייזן קעגן אים, און מען מוז אים לאזן גיין פריי.

בילד:מומביי אטאקע מייסטערקאפ באפרייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל