מאָנראָו. — דער ניי–ערוועלטער מאָנראָו סופּערווייזער טאָני קאַרדאָון ערוואַרטעט אַז זיין יעצטיגע טאַון–באָורד זיץ וואָס וועט פריי ווערן דעם קומענדיגן יאַנואַר– 1, וועט אָנגעפילט ווערן ביז פעברואַר.

קאַרדאָון האָט געזאָגט, אַז ער, און די אַמטירנדע טאַון–באָורד מיטגלידער מייק מעקגין און ריטש קאָלאָן און די ניי–ערוועלטע קאַונסיל–מיטליד פרוי בינגהעם וועלן איינשטימען אויף די אויסוואַל. "מיר וועלן מאַכן דעם באַשלוס אַלס אַ באָורד", האט קאַרדאָון דערקלערט.

מיט פיר יאר צוריק, ווען דער דעמאָלסדיגער קאַונסילמאַן האַרלי דאָולס איז ערוועלט געוואָרן אַלס סופּערווייזער, האָט די טאַון–באָורד נישט אויסגעפילט דעם זיץ וועלכע איז געבליבן ליידיג במשך אַ יאָר צייט ביז דעניס מעקוואָטערס איז איינגעשוואוירן געוואָרן יאַנואַר 15 ' נאָכ'ן געווינען די וואַלן פאַר דעם זיץ.

אין צוגאָב צו די טאַון–באָורד זיץ, וועט די נייע טאַון–באָורד אויך מאַכן נאָמינאַציעס צו די טאַון פּלענינג–באָורד אויף די ליידיגע זיצן פון 2 מיטלגידער — פרוי בינגהעם איז ערוועלט געוואָרן אַלס קאַונסיל–מיטליד און פרוי שוואָרץ אַלס מאָנראָו טאַון ריכטער.

ער האט אויך גערעדט איבער טענער פון די יעצטיגע טאַון–באָורד מיטינגען אין די פאַרבליבענע 2 מאָנאַטן נאָוועמבער און דעצעמבער, זאָגענדיג אז ער ערוואַרטעט דאָס זיי וועלן וואַרפן יעדע זאַך וואָס מען קען נאָר נוצן. "אָבער מיר וועלן זיין ציוויליזירט און פּראָפעסיאָנאַל, מיר וועלן ווייזן די שטייער–צאָלער און אָנגעשטעלטע צוגלייך, רעספּעקט, פירערשאַפט און שלום", האָט ער דערקלערט. ער האָט צוגעגעבן, אַז דאָס וועט שאַפן אַ באַנייטע אינטערעסע פאַר מענטשן צו ווערן פאַרמישט.

קאַרדאָון האָט אויפגעברענגט אַ צאָל אישוס וואָס שטייען יעצט פאַר'ן טאַון–באָורד:

די ליפערונג פון אַ "סווייפּער טראָק", וואָס ווערט באַצאָלט מיט אַ 275 טויזענט דאָלער סטעיט "גרענט", וועלכע איז דערגרייכט געוואָרן דורך די באַמיאונגען פון סטעיט–סענאַטאָר ביל לאַרקין. קאַרדאָון זאָגט, אַז דער טאַון הייוועי סופּעראינטענדענט דזשאַן סכעם האָט שוין דעם פאַרגאַנגענעם מערץ אָנגעהויבן געשפּרעכן מיט לאַרקין'ס אָפיס איבער דעם.

דער אָפּקויף אָדער "ליעס" פון די "עץ חיים" געביידע פאַר די מוניציפּאַלע אָפיסעס.

דער טאַון וועט אויך פּרובירן צו ענדיגן די פאַרריכטונגען ביי די אַלטע טאַון–האָל אויף סטעידזש ראָוד. קאַרדאָון זאַגט, אַז דער טאַון וועט פאָרשלאָגן דעם באָדן פאַר די ווילעדזש–אָוו–מאָנראָו, וועלכע זוכט נאָך פּלאַץ.

קאַרדאָון האָט אויך געזאָגט, אז די טאַון וועט פאַרהאַנדלען מיט קרית יואל ווילעדזש באַאַמטע אַלס טייל פון דער שאַפונג פונעם נייעם טאַון–אָוו–פּאלם–טרי.

לויט ווי עס האַלט יעצט, וועלן די קרית יואל איינוואוינער ערוועלן די פרישע טאַון–באַאַמטע אין נאָוועמבער– 19 ' און יענע באַאַמטע וועלכע וועלן איבערנעמען דעם אָפיס אין יאַנואַר– 20 ', סיידן די באַמיאונגען דאָס צו פאַרשנעלערן מיט אַ יאָר וועלן זיין סוקסעספול.

בילד: קאַרדאָון ערוואַרטעט אַז פרייע מאָנראָו טאַון–באָורד פּאָזיציע וועט אָנגעפילט ווערן ביז פעברואַר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל