ניו–ווינדזאָר. — באַאַמטע פון די סטעיט "ענווייראָמענטאַל קאָנסערוועישאָן דעפּאַרטמענט" (די–אי–סי) און די העלט דעפּאַרטמענט האָבן דעם פאַרגאַנגענעם מיטוואך אָווענט אַדרעסירט די "ביעווער לעיק דאַמבע", מיט זייער לעצטע אַפּדעיט אויף קוואַל–טעסטן פאַר שעדליכע כעמיקאַלן אין דעם געגנט, ווי אויך אין די דערנעבנדיגע פּריוואַטע טרונקען–וואַסער קוואַלן וואָס זענען פאַרבינדן מיט קענסער און אנדערע געזונטהייט פּראָבלעמען.

פון די אַריבער 200 קוואַלן וועלכע זענען אונטערזוכט געוואָרן אין די "ביעווער דאַמבע" געגנט, האָבן 33 אינסטאָלירטע פילטרעישאן סיסטעמען, וועלכע נוצן די זעלבע קאַרבאָן פילטרעישאן טעכנאָלאָגיע ווי אינעם וואַשינגטאָן לעיק — ניובורג'ס רעזערוואַר — אָבער אויף אַ קלענערן פאַרנעם.

די "ביעווער לעיק דאַמבע" וועלכע איז געשאַפן געוואָרן אין די 870 'ער יאָרן שלענגלט זיך לענגאויס די די ניו–ווינדזאָר, קאָרנוואל און בלומינג–גראָוו טאַונס. די דאַמבע האַלט געווענליך צוריק אַ האַלב מיליאָן גאַלאָן וואַסער, אָבער עס קען זיין פיל מער אין פאַרפלייצנדע אומשטענדן. די דאַמבע איז די אייגנטום פון אָרענדזש–קאַונטי, אָבער עס ווערט אויפגעהאַלטן דורך די אַרום 800 דערנעבנדיגע איינוואוינער וועלכע האָבן די אויסשליסליכע רעכטן צו שווימען, שיפלען און כאַפּן פיש אינעם טייכל.

"די–אי–סי" אויספאָרשער האָבן מיט עטליכע יאָר צוריק אָנגעהויבן צו טעסטן קוואַלן וואָס ווערט גענוצט דורך די "ביעווער לעיק דאַמבע" איינוואוינער נאָכ'ן אַנטדעקן די שעדליכע "פּערפליוראָקטענאָיק עסיד" (פּי–עף–אָו–עי) און "פּערפליוראָקטענאָיק סולפאָנעיט" (פּי–עף–אָו–עס) אינעם לעיק און אירע קאַנאַלן.

מען גלויבט אַז די פאַרפּעסטיגונגען וואָס זענען שוין געפונען געוואָרן אין "ביעווער לעיק דאַמבע" און אין עטליכע פּריוואַטע קוואַלן, קומט פונעם באַנוץ פאַר פייער–לעשער פאָום ביי סטואַרט–עירפּאָרט, און די כעמיקאַל איז שוין פאַרבינדן געוואָרן מיט ניר און טעסטיקולער קענסער, נידעריגע וואָג ביי ניי–געבוירענע קינדער און אנדערע פּראָבלעמען.

איינס פון די כעמיקאַלן "פּי–עף–אָו–עס" האָט שוין געצוואונגען צו שליסן די "וואַשינגטאָן לעיק" אין ניובורג, און באַוואויגן אַן אויסגעברייטערטע אויספאָרשונג וואָס האָט געפירט צו די אויפדעקונג פון פאַרפּעסטיגטע קוואַלן ביי די "ביעווער לעיק דאַמבע" און אין די טאַונֹס פון ניו–ווינדזאָר און ניובורג.

די סטעיט אַגענטור באַאַמטע זאָגן, אַז זיי וועלן פאָרזעצן נאָכצופאָלגן מיט אַלע אַפעקטירטע קאָמיוניטיס וועגן אַפּדעיטס פון צייט–צו–צייט.

בילד: סטעיט אַגענטורן אַדרעסירט "ביעווער לעיק דאַמבע" פאַרפּעסטיגונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל