די לאקאלע ריעל עסטעיט מארקעט אין אלסטער קאונטי וואקסט גאר שטארק העכער אלע ערווארטונגען, צוליב מער און מער מענטשן מיט גוטע דזשאבס וואס קומען ארויס פון גרויסע שטעט צו קויפן א הויז אין די רואיגע פראווינצן.

דאס איז געווען די הויפט געשפרעך ביים לעצטיגן "פרישטאג קאנפערענץ" פאררופן דורך די "אלסטער קאונטי טשעמבער אוו קאמערץ," נעכטן דינסטאג אין קינגסטאן.

טים סוויני, פרעזידענט פון די "האדסאן וועלי קעטסקיל רידזשען עם. על. עס.," די צענטראלע "ליסטינג" סיסטעם פון די קעטסקיל ראיאן, האט פארגעשטעלט פונקטליכע ציפערן אויף היים סעילס אין יארגאנג 16 ' למספרם, און אויסגעפירט אז די לאקאלע סעילס האבן אפגעצייכנט א רעקארד.

יארגאנג 17 ', זאגט ער, זעהט אויס צו זיין נאך בעסער.

ער האט צוגעלייגט אז די יעצטיגע סעילס זענען דאפלט ווי אין 08 ', ביים שווערן ריעל עסטעיט קראך צען יאר צוריק. אבער סוויני באטאנט אז די מאנגעל אין אינווענטארי איז א גרויסע פראבלעם, און האלט די פרייזן הויך. אבער מ'זאל נישט מיינען ס'איז א "באבל," ווייל די פרייזן און צייט אויפ'ן מארקעט זענען סטאביל, נישט ווילד אגרעסיוו ווי פאר'ן קראך.

סוויני זאגט אז מיט א בעסערע ריעל עסטעיט מארקעט קומט ארויס די דיפערענץ פון געווענליכע בראוקערס צו גוטע בראוקערס, לויט זייער שטארקייט זיך צו האלטן מיט הויכע סטאנדארטן אפילו ווען מ'קען מאכן א שנעלע דיעל מיט קאמפראמיסן.

דער "עם. על. עס." פרעזידענט זאגט אז ריעל עסטעיט וועטעראנען זענען נישט נאר דא ביים קויפן און פארקויפן, נאר אויך צו לאביאירן געזעץ-געבער אנצוהאלטן די בענעפיטן פון היים אייגענטומער און צו ארבייטן מיט לאקאלע פלענינג און זאונינג באאמטע - אין קורצן, צו זיין פארמישט אין וואס טוט זיך.

בילד: ריעל עסטעיט אין אלסטער קאונטי דאפלט ווי 08

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל