ניו יארק סיטי'ס האוזינג אויטאריטעט האט אריין געגעבן פאר פעדעראלע אינסטאנצן פאלשע דאקומענטן אויף "בליי" (לעד) אינספעקציעס אין שטאטישע פראדזשעקט געביידעס, לויט א פרישע באמבאסטישע אנטדעקונג איבער די וואקסנדע סקאנדאל פון הויכע בליי שטאפלען אין די געגנטער פון וויליאמסבורג און גרינפוינט.

די סיטי'ס אייגענע "דעפארטמענט אוו אינוועסטיגעישאנס" האט אנטדעקט די פאלשע דאקומענטן, וואס די האוזינג דעפארטמענט האט אריינגעגעבן אין די זעלבע צייט וואס די אינספעקציעס זענען געווארן פארנאכלעסיגט במשך פיר יאר.

שטאטישע אויספארשער זענען אריין געקומען אין בילד נאכדעם וואס פעדעראלע "האד" באאמטע אין וואשינגטאן האבן געעפנט א גרונטליכע אויספארשונג אויף די ניו יארק סיטי האוזינג אויטאריטי, צוליב שווערע געזונטהייט פראבלעמען און זיכערהייט פארלעצונגען ביי גרויסע פראדזשעקט געביידעס. זינט דאן האבן אויספארשער ארויסבאקומען צענדליגער טויזנטער דאקומענטן פון די האוזינג אויטאריטעט, און עס שטעלט זיך ארויס אז די גרעסטע האוזינג אויטאריטעט אין די פאראייניגטע שטאטן האט א לאנגע קייט פון ערנסטע זיכערהייט פארלעצונגען, און די הויכע בליי שטאפלען זענען נאר א טייל פון די פראבלעמען - אין צוגאב צו געבן פאלשע דאקומענטן פאר די פעדעראלע "האד" אינסטאנצן.

פראגעס איבער דעם קריזיס זענען באלד געקומען צו מעיאר דיבלאזיא, און א ווארטזאגער פאר'ן מעיאר האט באשולדיגט די "אפערעישאנעל עקזעקיוטיווס" פון די האוזינג אגענטור אויף די אלע פראבלעמען, אן אנגעבן פונקטליכע נעמען פון וועמען מען רעדט.

די פאלשע דאקומענטן אנטדעקונג קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס די "רויטערס" נייעס אגענטור האט באריכטעט א פרעצעדענטלאזע גרונטליכע אויספארשונג אויף הויכע בליי שטאפלען איבער גאנץ ניו יארק, און געפינען אז די היימישע געגנט אין וויליאמסבורג האט די העכסטע בליי שטאפלען פון גאנץ ניו יארק סיטי, לויט טעסטן אויף קינדער אין די געגנט.

א באזונדערע אויספארשונג איז ערשינען וואס צייגט אז הויכע שטאפלען פון בליי זענען אויך אין גרינפוינט, נישט ווייט פון די היימישע וויליאמסבורג.

בילד: אויספארשער: נ. י. האוזינג אויטאריטעט האט געפעלשט "בליי" אינספעקציע דאקומענטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל