מעין – א היסטארישער שוהל פון 115 יאר אלט אין דער סטעיט מעין, וועט ווערן פארוואנדלט אין טייערע אפארטמענט הייזער, צום באדויערן פון דער לאקאלער אידישער געמיינדע. דער בית אברהם שוהל איז געבויעט געווארן אין יאר 1902, דריי יאר נאכדעם וואס די ערשטע אידישע פאמיליע האט זיך באזעצט אין דער ניו אובורען געגנט אין מעין, און עס איז געשטאנען פאר לאנגע יארן אלס דער איינציגסטער שוהל אין די גאנצע סטעיט. אין די לעצטע פאר יאר, האט זיך דער שוהל געפלאגט מיט מנין און עס איז שוין נישט געווען קיין איינגעשטעלטער רב, ווייל די קהילה האט זיך נישט געקענט ערלויבן אויסצוהאלטן א רב. די קליינע קהילה, וואס באשטייט פון פופצן פארבליבענע מיטגלידער, האבן דעריבער באשלאסן צו פארקויפן דאס בית המדרש, און עס פארוואנדלען אין צען טייערע אפארטמענטס. היינט זונטאג וועט פארקומען א ספעציעלע געזעגענונגס צערעמאניע, וואו די מתפללים וועלן ארויספירן דעם ספר תורה פונעם שוהל און עס וועט געשאנקען ווערן פאר א דערנעבנדיגן נייע שוהל. די בימה פונעם היסטארישן שוהל וועט ארויסגעשטעלט ווערן אויף אויסלייג אין גרעסטן מוזעאום אין דער סטעיט מעין.
הוסף רשומת תגובה