וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ זאגט נאכאנאנד אז ער פערזענליך איז נישט אונטער אויספארשונג, טראץ די אלע אנגייענדיגע פעדעראלע אויספארשונגען ארום זיין קאמפיין'ס מעגליכע קאארדינירונג מיט דער רוסישער רעגירונג און רוסישע שפיאנאזש אגענטורן. דאס האט זיך אבער מעגליך געטוישט, נאכדעם וואס מען האט נעכטן געהערט באריכטן, אז די אויספארשער וועלכע ארבעטן פאר'ן ספעציעלן פראקוראר, ראבערט מוללער, האבן אנגעהויבן באטראכטן די מעגליכקייט פון אויספארשן טראמפ, און זיי האבן שוין אויך אנגעפרעגט ביי סעם קלאוויס, דער געוועזענער טראמפ קאמפיין סופערווייזער, צו הערן פון אים צי טראמפ האט געוואוסט אין לויף פונעם קאמפיין איבער די פארשידענע אקטיוויטעטן פון דזשארדזש פאפאדאפולוס און אנדערע קאמפיין באאמטע, וועלכע האבן פרובירט צו שאפן זיצונגען מיט רוסישע רעגירונג באאמטע און האבן אויך ארויסגעצייגט וויליגקייט צו אקצעפטירן רוסלאנד'ס הילף צו ערוויילן טראמפ.

בילד: איז טראמפ פערזענליך אונטער אויספארשונג?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל