וואשינגטאן – דער געוועזענער וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען, קלערט גאר ערנסט פון לויפן אין יאר 020' אין די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס, פאר א שאנס צו לויפן קעגן פרעזידענט טראמפ. ביידען האט געזאלט לויפן אין יאר 16', אבער האט באשלאסן אוועקצושטיין פון פאליטיק, נאכ'ן ליידן א טראגעדיע אין זיין פאמיליע ווען זיין זוהן איז געשטארבן פון א פארצויגענע קרענק, און אצינד שטייענדיג אפאר יאר שפעטער, ווען זיין פאמיליע איז שוין געקומען צו זיך, זאגט ער פאר זיינע פריינט און ראטגעבער אז ער וויל ערנסט לויפן, ווייל ער האלט אז עס איז קריטיש וויכטיג פאר'ן לאנד אז דאנאלד טראמפ זאל נישט דינען נאך א טערמין אלס פרעזידענט. אויב וועט ביידען טאקע לויפן, וועט עס זיין דאס זעקסטע מאל וואס ער לויפט אדער האט ערנסט געקלערט צו לויפן פאר פרעזידענט אין די לעצטע דרייסיג יאר, און אנקעטעס דערווייל צייגן אז צווישן דעמאקראטישע וויילער, איז ער דאס מערסטע פאפולער.

בילד: ביידען קלערט ערנסט פון לויפן אין 2020

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל