קרית יואל – א שרעקליכע טראגעדיע האט פאסירט פרייטאג אין קרית יואל, ווען א קליין 6 יעריג מיידל, הילדה פראדל מעזעי ע"ה, איז אומגעקומען נאכ'ן ווערן אראפגעקלאפט דורך א באס. דער טראגישער עקסידענט האט פאסירט ארום עלף אזייגער אינדערפרי, אויף עיקערס ראוד גאס נעבן לעמבערג, ווען דאס מיידל איז אראפגעגאנגען פונעם סקול באס און האט זיך גענומען אריבערגיין די גאס, שוין נאכדעם וואס דער באס האט אנגעהויבן פארן. הצלה וואלונטירן זענען אין איילעניש אנגעקומען צו דער סצענע, אבער זיי האבן ליידער באלד באשטעטיגט דאס שוידערליכסטע און טרויעריגסטע, אז דאס קינד איז מער נישט בין החיים ל"ע. ניו יארק סטעיט פאליציי, ניו יארק סטעיט טראנספארטאציע באאמטע, חברה הצלה און אנדערע אגענטורן זענען געווען אנוועזנד ביי דער סצענע פאר עטליכע שעה, אויספארשנדיג די ביטערע טראגעדיע. באזונדער האט מען שווער געארבעט צו פארזיכערן כבוד המת אויפ'ן בעסטן פארנעם, היות די פאליציי האבן פרובירט צו מאכן פראבלעמען מיט'ן ארויסגעבן דעם קערפער לקבורה. די קורצע הארצרייסנדע לוי' און קבורה איז פארגעקומען געציילטע מינוטן בעפאר כניסת השבת, נאכדעם וואס די עלטערן שיחיו זענען אין איילעניש צוריקגעברענגט געווארן פון וויליאמסבורג, וואו זיי האבן געזאלט וויילן אויף שבת צוליב א משפחה שמחה. די שטאט קרית יואל איז אריין אינעם שבת קודש מיט אן אומעט, שאק און צער, וויסנדיג אז נאר דער גרויסער באשעפער קען טרייסטן די צעבראכענע פאמיליע אין אזא אומבאשרייבליכן צער און עת צרה. ויה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

בילד: שרעקליכע עקסידענט טראגעדיע אין קרית יואל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל