אינדיע – א שרעקליכער דיקער נעפל און רויך האט זיך אראפגעלאזט העכער ניו דעלהי, אינדיע'ס הויפטשטאט, און ווי גלאבאלע געזונטהייט אגענטורן באצייכענען דעם צושטאנד אין ניו דעלהי, זעט עס אויס ווי "א גרויסער גאז קאמער". ניו דעלהי האט אייביג א גאר שוואכע לופט קוואליטעט, אבער עטליכע מעסטונגען אין די לעצטע פאר טעג האבן געצייגט, אז די פּאלושען אין דער שטאט איז יעצט צען מאל ערגער ווי בעיזשינג, די כינעזער הויפטשטאט, וועלכע איז געווענליך די סאמע ערגסטע ווען עס קומט צו פאלושען. לויט די פארשריפטן פון דער יו-ען "וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע", איז די פאלושען אין ניו דעלהי יעצט פערציג מאל שטארקער ווי ס'איז רעקאמענדירט צו זיין. לאקאלע אויטאריטעטן באשולדיגן אז עס קומט צוליב וואס פארמער אין דערנעבנדיגע שטעט, וועלכע האבן נארוואס געענדיגט אפשניידן די פרוכט און גרינצייג פון זייערע פעלדער, פארברענען הויפנס צווייגן און ביימער, וואס ברענגט דעם שרעקליכן רויך און נעפל, און דער צושטאנד אין ניו דעלהי איז אזוי געפערליך, אז זעקס טויזנט שולעס זענען אפגעשפארט געווארן, קאנסטרוקציע ווערט אפגעהאלטן, סופלייס און עסנווארג קומט נישט אריין אין דער שטאט, און "יונייטעד עירליינס" האט סוספענדירט אלע פלי רייזעס קיין ניו דעלהי, צוליב'ן געזונטהייט געפאר.

בילד: "גאז טשעמבער" נעפל אין אינדיע הויפטשטאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל