לאנדאן – אלע אנדייטונגען צייגן אז די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, איז אויפ'ן וועג געווארפן צו ווערן פון דער מאכט. לויט באריכטן, האבן שוין פערציג פארלאמענט מיטגלידער, וועלכע באלאנגען צו מעי'ס קאנסערוואטיווע פארטיי, מסכים געווען אונטערצושרייבן א "קיין קאנפידענץ" בריוו קעגן איר, וואס אויב טוען 44 קאנסערוואטיווע פארלאמענט מיטגלידער טאקע אונטערשרייבן אזא בריוו, וועט דאס ברענגען אז די קאנסערוואטיווע פארטיי וועט זיך דארפן צוזאמזעצן פאר אן אפשטימונג צו שטעלן א נייעם פארטיי פירער. עס איז מעגליך אז ביי אזא זיצונג זאלן גענוג פארטיי מיטגלידער שטימען צו שטעלן מעי נאכאמאל אויף דער פירערשאפט פאזיציע, וואס באדייט אז זי וועט בלייבן פרעמיער מיניסטער, אבער אויב וועלן די קאנסערוואטיוון שטעלן א נייעם פירער פאר זייער פארטיי, וועט עס אויטאמאטיש באדייטן אז יענער נייער פירער ווערט אויך פרעמיער מיניסטער – לויט ווי דער בריטישער רעגירונג סיסטעם פונקציאנירט. דער "קיין קאנפידענץ" בריוו קאמפיין אינערהאלב די קאנסערוואטיווע פארטיי קומט אין א צייט וואס מעי איז שטארק אומפאפולער ביים בריטישן פאלק, צוליב וואס זי פלאגט זיך זייער שטארק, אבער אנע סוקסעס, מיט די אנגייענדיגע ברעקזיט געשפרעכן.
הוסף רשומת תגובה