טעקסאס – נעכטן האט זיך עטוואס אויסגעקלארט דער בילד ארום דער שרעקליכער שיסעריי וואס האט פאסירט זונטאג אין א קירכע אין טעקסאס, ווען מען האט געהערט אז די שיסעריי האט ווארשיינליך פאסירט אלס רעזולטאט פון א פאמיליע קריגעריי. 26 זענען אומגעקומען אין דער שיסעריי, זייענדיג די ערגסטע שיסעריי אין היסטאריע פון טעקסאס, און נעכטן האבן די אויטאריטעטן געזאגט אז דער שיסער דעווין קעלי איז געווען אן אמעריקאנער זעלנער, וועלכער איז ארויסגעווארפן געווארן פון מיליטער פארשעמטערהייט צוליב ווילדע אויפפירונג. קעלי האט אויך געהאט א היסטאריע פון ארעסטן און געשלעגן מיט פאמיליע מיטגלידער, און נישט לאנג בעפאר ער האט דורכגעפירט די שיסעריי, האט ער געשיקט סטראשונקע מעסעדזשעס צו א פאמיליע מיטגליד, וועלכע איז א מעמבער אין דער קירכע וואס קעלי האט אטאקירט. די אויטאריטעטן האבן נעכטן אויך אויסגעקלאגט אז קעלי איז געשטארבן נאכ'ן באגיין זעלבסטמארד, און מען האט געהערט פון סטיווען ווילפאורד, א העלדישער ציווילער, וועלכער האט געשאסן קעלי און אים נאכגעיאגט פאר 5 מייל, בעפאר קעלי איז באגאנגען זעלבסטמארד.

בילד: פרישע דעטאלן איבער שרעקליכע טעקסאס שיסעריי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל