אהייא – א סעריע שטורעמס האבן זיך דורכגעריסן נעכטן אין עטליכע סטעיטס, איבערלאזנדיג צוויי פאטאליטעטן. די שטורעמס האבן בעיקר באטראפן אינדיאנא, אהייא, פענסילוועניע, און אין אירי קאונטי, פענסילוועניע האבן זיי אויך געברענגט טארנעידא ווארענונגען, ווען דיקע שווארצע וואלקענעס האבן זיך אראפגעלאזט גאר נידריג, האבן אראפגעריסן דעכער פון פילע הייזער און חרוב געמאכט געציילטע געביידעס, ווען ס'איז געפאלן אזויפיל ווי פיר אינטשעס רעגן אין א צייט אפשניט פון געציילטע שטונדן. איינוואוינער אין אירי קאונטי האבן געזאגט אז זיי געדענקען נישט ווען עס זאל האבן געווען אזעלכע מאכטפולע שטורעמס אין אזא צייט פונעם יאר, און ווי מען הערט, זענען צענדליגער טויזנטער איינוואוינער אין די באטראפענע סטעיטס געבליבן אנע לעקטער, וויבאלד די שטארקע ווינטן האבן אראפגעבראכן עטליכע וויכטיגע עלעקטעריק שטאנגען און חרוב געמאכט קריטישע "פאוער גריד" איינריכטונגען. די נאציאנאלע וועטער סטאנציע האט נעכטן געזאגט אז זי וועט אויספארשן צי עס האבן זיך טאקע פאקטיש אראפגעלאזט טארנעידאס אויף אירי קאונטי, פענסילוועניע.

בילד: מאכטפולע שטורעמס אין מידוועסט ראיאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל