וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז האט ארויסגעהויבן נעכטן, אז א הויכפונקט פון פרעזידענט טראמפ'ס אנגייענדיגע רייזע לענגאויס אזיע, וועט זיין סיי צו קאנפראנטירן וויכטיגע אויסערן פאליטיק אישוס, אבער אין דער זעלבער צייט וועט עס זיין צו פארזיכערן אז עס קומען צו מיליאנען דזשאבס קיין אמעריקע, דורכדעם וואס מען וועט איבערארבעטן די פארשידענע האנדלס אפמאכן וואס אמעריקע פארמאגט מיט עטליכע אזיאנער לענדער. נעכטן האט מען געזען איין ביישפיל פון טראמפ'ס מיסיע, ווען ער האט געזאגט אז ער האלט אז דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי דארף אפקויפן ספעציעלע אמעריקאנער מיסילס און דאס נוצן אראפצושיסן צפון קארעא'ס טעסט ראקעטן און מיסילס פון דער לופטן. טראמפ האט געזאגט אז אויב וועט יאפאן טאקע קויפן מיסילס, וועט דאס סיי דינען אלס נאך א שיכט פון שוץ קעגן צפון קארעא, און אויך וועט עס ברענגען אמעריקאנער דזשאבס, וויבאלד מען וועט דארפן זיך שטעלן פראדוצירן די מיסילס פאר יאפאן. דערווייל האט די יאפאנעזער רעגירונג בכלל נאכנישט אפיציעל געזאגט אז זי וויל טאקע קויפן אזעלכע מיסילס.

בילד: טראמפ קאמפיינט אין יאפאן פאר דזשאבס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל