ניו יארק סיטי – בלויז איין טאג בעפאר ניו יארק סיטי האט זיך געגרייט ארויסצוקומען צו די שטים בודקעס פאר די מעיאר וואלן, האט דער מעיאר קאנדידאט באו דיטעל (Bo Dietl) אויסגענוצט די שוידערליכע קאר טעראר אטאקע וואס האט פאסירט מיט א וואך צוריק אין ניו יארק סיטי, אויף צו האמערן ווייטער קעגן מעיאר ביל דעבלאזיא, קעגן וועמען דיטעל לויפט היינט אין די וואלן. דיטעל האט פובליצירט א מעסעדזש אויף טוויטער, צייגנדיג א בילד וויאזוי דעבלאזיא באגריסט זיך מיט די קאנטראווערסיאלע מוסולמענער אקטיוויסטקע לינדע סארסור, און דיטעל האט צוגעשריבן "קען ניו יארק סיטי געטרויען דעם פארשוין מיט אונזערע היימלאנד זיכערהייט געברויכן?". דאס האט באלד געברענגט שארפע רעאקציעס פון מוסולמענער אקטיוויסטן, וועלכע האבן פארשריגן דעם "טוויט" אלס ראסיסטיש, פאר'ן אומדירעקט פארגלייכן סארסור צום טעראריסט סעיפולא סעיפאוו וואס האט דורכגעפירט די קאר אטאקע. דיטעל האט פארמעקט דעם מעסעדזש, אבער שפעטער געשיקט א פרישן מעסעדזש, אטאקירנדיג סארסור אלס "אנטי-איזראעל און פרא-שאריא געזעץ, און דעבלאזיא שטיצט איר?!".

בילד: באו דיטעל נוצט טעראר אטאקע פאר קאמפיין


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל