לאנדאן – כמעט יעדעס איינציגע לאנד אין דער וועלט פלאגט זיך מיט א "נוטרישען" געזונטהייט פראבלעם, טייל לענדער מיט א פראבלעם אז צופיל מענטשן זענען איבערוואגיק, און טייל לענדער מיט א פראבלעם אז עס מאנגלט אין עסנווארג. די דעקלעראציע ווערט געמאכט אין א פרישן באריכט פון די "גלאבאלע נוטרישען רעפארט", וועלכע האט באטראכט דעם געזונטהייט און עסנווארג צושטאנד אין הונדערט און פערציג לענדער, און די עקספערטן וועלכע שטייערן אונטער'ן באריכט זאגן, אז די וועלט שטייט בעפאר אן ערנסטן קריזיס, וויבאלד די נוטרישען פראבלעמען ברענגען שוועריגקייטן אין מענטשליכער אנטוויקלונג און וואוקס. ספעציפיש צייגט דער באריכט אז איבער דער וועלט זענען דא מער ווי 155 מיליאן קינדער יונגער ווי 5 יאר, וועלכע קענען נישט וואקסן אין דער הייך צוליב ווייניג נוטרישען אין זייערע עסנווארג, און 52 מיליאן קינדער פונעם זעלבן יארגאנג זענען "וועיסטעד", וואס באדייט אז זיי וועגן ווייניגער ווי זיי דארפן, לויט זייער הייך. פון דער אנדערער זייט צייגט דער באריכט אז צוויי ביליאן פון די וועלט'ס זיבן ביליאן מענטשן זענען מילד-איבערוואגיק אדער ערנסט-איבערוואגיק – און ספעציפיש אין צפון אמעריקע, וואו א דריטל פון אלע מענער און פרויען זענען געפארפול-איבערוואגיק.

בילד: ערנסטע גלאבאלע  "נוטרישען" קריזיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל