בערלין – א צום-טויט דערשראקענער איינוואוינער אין ברעטען, דייטשלאנד, האט אלארמירט די אויטאריטעטן ווען ער האט באמערקט אין זיין הויף עפעס וואס האט אויסגעזען ווי א גאר אלטע באמבע. דער איינוואוינער האט געציטערט אז דאס איז א באמבע פון דער צווייטער וועלט קריג עפאכע, וואס מען טרעפט נאך ביז'ן היינטיגן טאג אויף פילע ערטער באגראבן לענגאויס דייטשלאנד און אנדערע אייראפעאישע לענדער, און ער האט געזאגט פאר די פאליציי זאלן זיך יאגן צו עוואקואירן אלע ארומיגע הייזער, אויס מורא אז ס'וועט יעדע ליאדע מינוט עקספלאדירן. ווען די פאליציי זענען אנגעקומען און האבן פונדערווייטנס געכאפט א בליק אויף דער באמבע, האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט מער ווי אן אומשולדיגע סקוואש גרינצייג... עס שטעלט זיך ארויס אז דער וואס האט אלארמירט די פאליציי איבער דער "באמבע", איז אן 81 יעריגער וועמענס חוש הראי' ארבעט שוין נישט ווי ס'באדארף צו זיין, אבער די פאליציי האבן אים פרובירט צו מאכן שפירן גוט, זאגנדיג אין א סטעיטמענט אז "עס האט ווירקליך אויסגעקוקט צו זיין אינעם פארעם פון א באמבע, נאכדערצו אז ס'איז געווען זעכצן אינטשעס לאנג". די פאליציי האבן "נישט" אוועקגעפירט די "באמבע" פאר אויספארשונגען...

בילד: פון א באמבע צו אן אומשולדיגע "סקוואש"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל