וואשינגטאן – א פעדעראלער ריכטער האט זיך נעכטן אנטזאגט צו באפרייען טראמפ'ס געוועזענער קאמפיין טשעירמאן פאול מענעפארט, און זיין שותף ריק געיטס, אויף בעיל. מענעפארט און געיטס זענען מיט א וואך צוריק אנגעקלאגט געווארן מיט הארבע פינאנציעלע קלאגעס, דורכ'ן ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, און א ריכטער האט גלייך דעמאלט געשטעלט די בעיל טערמינען אז מענעפארט וועט דארפן אריינשטעלן צוועלף מיליאן דאלער אין בעיל געלטער צו קענען גיין פריי. מענעפארט ווערט דערווייל געהאלטן אונטער טיילווייזע הויז ארעסט, ווען ער מעג אביסל ארומגיין נעבן זיין היים, אבער דארף זיין אנגעטאן מיט א ספעציעלן "דזשי-פי-עס" מאשינקע די גאנצע צייט. מענעפארט'ס לאיערס האבן שוין אריינגעגעבן אין געריכט א ליסטע פון פראפערטיס און אקאונטס אין ווערד פון די 12 מיליאן דאלער בעיל וואס דער ריכטער פארלאנגט, וואס אין די פארמעגנס זענען אויך עטליכע לייף אינשורענס פאליסיס און אן אפארטמענט וואס מענעפארט פארמאגט אין טראמפ טאוער אין ניו יארק סיטי, אבער דער ריכטער האט נעכטן געזאגט אז ער האט פראגעס און ספיקות איבער עטליכע פון די פארמעגנס, צי ס'איז טאקע געהעריגע מענעפארט'ס און צי ס'קען גענוצט ווערן פאר בעיל, און דעריבער איז מענעפארט דערווייל ווייטער אונטער הויז ארעסט.
הוסף רשומת תגובה