וואשינגטאן – א נוירס פון יוטא האט באקומען א האלבן מיליאן דאלאר אין א שליכטונג, נאכדעם וואס זי איז אומ'יושר'דיג ארעסטירט געווארן. עס האט פאסירט ביים אוניווערסיטי אוו יוטא שפיטאל אין סאלט לעיק סיטי, ווען די נוירס, אלעקס וועבעל, האט זיך אנטזאגט צו לאזן א פאליציאנט צו נעמען א בלוט סעמפל, פון א פארמישטן אין אן עקסידענט אן באקומען א געריכטליכן ערלויבעניש דערפאר. דער פאציענט איז געווען באוואוסטלאז דאן, און איז שוין זינט דאן געשטארבן. א פאליציאנט האט איר געקייטלט און ארעסטירט פאר'ן האבן די חוצפה אים נישט צו פאלגן. דאס האט געברענגט א טומל, דער פאליציאנט איז אפגעזאגט געווארן און זיין קאמאנדיר איז גענידערט געווארן אין ראנג. די ארטיגע פאליציי דעפארטמענט האט געטוישט די פראצעדורן אז אזוינס זאל מער נישט פאסירן.
הוסף רשומת תגובה